| נשלח ב-13/11/2005 05:15 |
|
| |
תירוץ אויף די אומפארענטפערטע שאלה פון פרשת לך
תרח האט געהאט מינימום צוויי ווייבער. איינע איז געווען די מוטער פון אברהם אבינו, אמתלאי בת כרנבו.
די צווייטע איז געווען הרן'ס מוטער.
אזוי שטייט אין רש"י (בראשית כ' י"ב):אך לא בת אמי, הרן מאם אחרת היה עכ"ל. רש"י שרייבט דאס אויך אין סנהדרין (נ"ח ע"א ד"ה מן האב יקיים) ע"ש.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 18:00 |
|
| |
א נייע תירוץ האב איך געזען נעכטן אויף די שאלה פון "שיינהייט" בנוגע וועלכע טאג עס איז געווען אברהם אבינו'ס ברית.
ראש חודש תמוז (סדר הדורות).
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 22:08 |
|
| |
דער דאטום איז ט' סיון, דער פרשה איז נשא ב', איך האב אבער נעכטן געזען אין שבט מוסר א מורא'דיגע אינטערסאנטע זאך בנוגע די טעמע פון פרשת לך, וועל איך עס דא אריינשרייבן.
ער ברענגט אראפ א מדרש ילמדנו אז אברהם אבינו איז גאר גע'מל'ט געווארן דורך אן עגדיס!!!!!!!!
אזוי שטייט אין מדרש! אברהם אבינו איז דערשראקן געווארן ווען השי"ת האט אים באפוילן זיך צו מל'ן, אזוי ווי עס שטייט ויפול על פניו. גלייך איז געקומען אן "עקרב", און אים אראפגעביסן די ערלה!!!
שיינהייט;
האסטו נאך א תירוץ אויף דיין קשיא (אויב דו ביסט נאך צווישן אונז).
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2006 15:45 |
|
| |
קרעמער; יא, איך בין נאך דא (דערווייל). איבער די תירוץ, איך געדענק שוין נישט. בלי נדר אויב וועל איך נאך זיין דא קומעדיגע פרשת לך, וועל איך עס נאכאמאל איבערגיין אפשר וועל איך מיך דערמאנען.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2006 17:29 |
|
| |
שיינהייט;
האסט ווייזט אויס נישט געהעריג פארשטאנען די לעצטע שורה מיינע, איך האב נישט געמיינט צו פרעגן אויב דו האסט נאך א תירוץ אויף דיין קשיא, איך האב פשוט געזאגט בלשון ניחותא: דא האסטו נאך א תירוץ אויף דיין פראגע (ווער עס האט גע'מל'ט אברהם אבינו'ן).
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2006 05:13 |
|
| |
אזוי איבערגייענדיג דעם אשכול, וויל איך זיך טאקע באדאנקען פאר קרעמער פאר די לעצטע תירוץ, זעהט אויס אז יענע צייטן בין איך עפעס ביזי געווארן און זיך נישט געקענט באדאנקן אויפן מינוט.
|
|
|
|
|