|
|
| נשלח ב-8/11/2005 19:34 |
|
| |
דער הויכגעשעצטער קעניג צום טראציגן גראף
א בריוו געשריבן אין אישית...
פון קעניגליכן פאלאץ צו אונזערע קרעטשמער'ס...
-----
כא... כא... כא...
יוי...
כא... כא... כא...
לאך איך מיר אזוי זיצנדיג אין מיין קעניגלעכן פאלאץ.
הא... הא... דער ראציגער גראף... הא... הא...
מיינט ער טאקע אז די גאנצע גובארניע איז זיינס און ער קען זיך דארט טוהן וואס זיין הארץ גלוסט זיך אים נאר, הא... הא...
הא... הא... דער באקאנטער טראציגער גראף מיט זיין אויסגעשפראכענעם אנטיסעמיטיש הארץ וועבט זיך דארט עפעס א טייוועלישער פלאן קעגן מיינע באליבטע שטייער צאלער, קעגן דאס פאלק פון מיינע באליבסטע מיניסטארן.
הא... הא... דער גראף טראכט און דער קעניג לאכט...
וואס איז דאס? א חוצפה! מיינט ער טאקע אז ס'איז א הפקר וועלט! ווייסט ער דען נישט אז דער קעניג איז איבער אלעם! איך וועל אים שוין געבן צו הערן...
|
|
|
|
| נשלח ב-8/11/2005 20:20 |
|
| |
הער קעניג! איר האט זיך איבערגעטרונקען מיט יין שרף? איר מיינט אז איך וועל נישט דערציילן פאר אייערע אונטערטאנען אז איך האב געהערט די יין שרף ארויסרעדן פון אייך?
איר דערמאנט מיר פון א אידל וואס פאלט אפט אריין אין מיין פאלאץ שבת צופריה ביי שחרית, האלטענדיג שוין נאך א פלאש זעקס און ניינציגער, האט מען אים געוואלט אמאל געבן אן עליה, האט דער גבאי אויסגערופן: יעמוד דזשאני וואלקער בן?
דער איד האט עולה געווען אויף אלע זיבן פיס, לקיים מה שנאמר שבעת רגל. און געטאנצן אויפן וועג ווי אויף א גאלדענע חתונה.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/11/2005 21:37 |
|
| |
צום גראף;
עס קען זיין אז דער בריוו פונעם הויכגעשעצטן קעניג אונזערער אונז געשריבן געווארן 'כטוב לב המלך ביין', אבער ווי דו ווייסט דאך אליין - די היסטאריע פון אונזער אור עלטערן אין פרס - אז דער 'גזירת גירוש' פון דעם גרויזאמען גראף המן, איז אויך נאר פארשריגן און בטל געווארן כטוב לב המלך ביין, ביי די באקאנטע 'משתה היין'.
דעריבער בלייבט אונז נאר איבער צו שיקן פאר אייך, די פאר איינצילע אויסצוגן, פון די פערסישע גראפ'טע זרש:
אם מזרע היהודים ... אשר החלות ... לא תוכל לו כי נפול תפול לפניו!
|
|
|
|
| נשלח ב-8/11/2005 22:03 |
|
| |
יין שרף
דו ביסט שארף
אבער איך גראף
פעלט מיר א שראף
התאחדות ציקער
פול מיט ליקער
עס איז ניכר
אז דו ביסט שיכור
|
|
|
|
| נשלח ב-8/11/2005 22:37 |
|
| |
דו גראף
איך בין נישט אזוי שארף
נאר נאכן קעניגס טרינקען יין שרף
קענט איר שוין די קרעטשמע נישט מאכן חרוב
און טאקע באלד דערויף
איז ארויס דער בריוו פון קעניגליכן הויף
און קלייב דיר דיינע חפצים צונויף
כאפ הענט און פוס און אנטלויף
ווייל דער קעניג וועט דיר נישט בלייבן קיין בעל חוב
עס וועט דיר גארנישט העלפן קיין ותפול לפני רגליו
ווייל אט אט וועט ער פון דיר מאכן א סוף
|
|
|
|
| נשלח ב-8/11/2005 22:43 |
|
| |
אל תרא יין כי יתאדם
האט געזאגט דער חכם מכל אדם
רש"י ערקלערט דאס אזוי
וואס עס פאסירט גענוי
ווער עס לייגט דעם אויג אויפן כוס
דומות לו למישור כל העבירות
|
|
|
|
| נשלח ב-8/11/2005 22:55 |
|
| |
דיקער גראף
וועק דיך אויף פון דיין טיפן שלאַף
מיר טוען זיך פאר אייך נישט שרעקן
און כ'על פאר אייך א נעץ אויסשטרעקן
דעם יודישן סוד אנטפלעקן
דער כוס יין האט פאר אונז נאר גוטס געברענגט
אדאנק דעם האט מען דעם המן אויפגעהענגט
|
|
|
|
| נשלח ב-8/11/2005 23:10 |
|
| |
הא הא הא מיסטער יין
קוק אין די פנים דיין
אינגאנצן א רויטע
ממש ווי א טאמאטע
ביסט אנגעזויפן
ביז גאנץ אויבן
אז די וויין
גייט אריין
קריכן ארויס
די סודות
|
|
|
|
| נשלח ב-8/11/2005 23:43 |
|
| |
שמחה מיט א כוס יין אינדערזייט
האט ביי אונז יודעלעך גאר אן אנדער באדייט
יא דער גראף טרינקט פאר זיין הולקייט
פאר זיין צייט פוסטקייט
דעריבער ווערט ער דערפון צודרייט
מאך נישט קיין טעות
ביי אונז האט דאס גאר אן אנדער משמעות
א יוד ווען דעם כוס ער גיט א נעם
על כוס יין מלא כברכת השם
טוט ער דאן לויבן
דעם גרויסן טאטן פון אויבן
די מדריגות טוען זיך ביי אים דאן הייבן
און די ישועות קומען אים דאן אקייגן
דו וועסט דאס קיינמאל פארשטיין
דעריבער קענסטו ווייטער מיט דיינע פינסטערע פלענער אנגיין
מיר וועלן ווייטער טרינקען אין גרויסן
און מיט דעם דיך ארויסשטויסן
מיר וועלן א יום טוב מאכן
און דיך אויסלאכן
תוקן על ידי - יין_שרף - 08/11/2005 23:45:06
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 01:18 |
|
| |
לאך לאך לאך
דער עיקר זאך
איז דאך
ווער עס לאכט נאך
טרונק און עס
אבער פארגעס
קוק יעצט
ווער עס לאכט די לעצט
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 01:58 |
|
| |
דו נערישער גראף דארט
איך כאפ דיך אויפן ווארט
מיר טוען די לעצטע לאכן
פון אלע דיינע שלעכטע זאכן
וואס דו ווילסט אונז אנמאכן
דער פלאן פון דיין שוידערליכן אקט
וועט קיינמאל נישט זיין פאר קיין פאקט
ווייל מיר האבן דיך געפאקט
נאך איידער דו האסט אונז צוהאקט
דעריבער האבן מיר דיך פארפאקט
קוק דיך אין פנים און שפיי מיט בלוט
מיר לאכן דיך אין פנים טריט ביי טריט
פון דיין נערישן שריט
קוק דעם פאקט מיר זיצן דא על אפך
קענסט נישט מער ווי נאכאמאל אויסגעבן דיין חמתך
מיטאמאל על העצים ועל אבנים קענסטו אויסגיסן דיין צארן
מיר זענען דא פאר דיינע אויגן ווי א דארן
דיין נערישער שמייכל קוקט מיר פאר
ווי דער מעסער אינעם טויטן קערפער וואס שפירט נישט ביז גאר
זענט איר בלינד?
זעהט איר נישט אצינד?
דא זענען מיר און וועלן מיר בלייבן!
דו וועסט דיך נאך פון דא פריער אויפהייבן
אודאי איך לאך יעצט דער לעצטער
ווען איר זענט נאך דערווייל דער צוזעצטער
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 02:05 |
|
| |
איך האב שוין כמעט חרטה
איך בין געווען א שוטה
וואס האב איך דא געטאן
באדערן עס פאנגט מיר אן
די חברה איבער מיינע ביינער
מען לאזט מיר קוים די ציינער
מען ווארפט מיר נאך שטיינער
איך בלייב אליין אן קיינער
איך בעט זיך איבער מיט אייך
איך וועל ענק אפילו מאכן רייך
אבער זייט מיר מוחל אצינד
שנעל שוין און געשווינד
דאס הארץ ווייטאגט מיר
גיסט מיר אן אביסל ביר
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 02:09 |
|
| |
הויכבאשפריצטער גראף
וואס האט געוואלט צושטערן אונזער דארף
תשובה העלפט פאר יעדן
אבער איין פראגע וויל איך אייך נאר פרעגן
פאר אזא גוטע בשורה וואס איר גיט אצינד
וואלט זיך דען נישט א עקסטער אשכול פארדינט?
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית חברה וקהילה המכילה פורומים פתוחים וסגורים של קהילות קטנות וגדולות בחברה החרדית. בוגרות סמינר, בוגרי ישיבות, פורומים לנשים בלבד ודיונים חברתיים פנים חרדיים.
|