בית פורומים היימישע קרעטשמע

פראגע: וואס איז דער ציל פון דעם פארום??

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/11/2005 03:05 לינק ישיר 

חיים_חייקל דער פשוטער וואסער טרעגער שטייט נאך אלץ מיט אן אויפגעברויזטע מינע אויף זיין געזיכט. דער קוטשמע ליגט אים שיף אויפן שפיץ קאפ אביסל פאריקט אויף די זייט, אין זיין רעכטע האנט -וועלכע ער שאקלט הין און צוריק פאר נערוועזיטעט- האלט ער צוויי גרויסע בלעכענע וואסער-קריגלען, און מיט די אנדער האנט דראעט ער מיטן פינגער ווי צו זאגן 'איך בין זייער אויפגעברויזט.

ווען אט קומט דער ראש הקהל צו צו אים פון אונטן, גיבנדיג אים א ליבליכן קלאפ אין די פלייצע, און מיט א שמייכל בארואיגט ער חיים חייקל'ען פון זיין אויפברויז אים זאגנדיג אז אלעס וועט זיין אין ארדענונג.......

תוקן על ידי - יענטאאש - 10/11/2005 3:08:17



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2005 03:19 לינק ישיר 

חיים חייקל דרייט זיך אויס א נייגעריקער, פרעגנדיג: ווער איז דאס וואס האט אים אזא פריינדליך קלאפ אין די פלייצע זיינע געגעבן?
אה... אה... שלום עליכם אייך, שלום עליכם אייך, טייערער ראש הקהל. ב"ה אבי מ'זעט זיך. זאגט אונז עפעס מער פרטים פון די גוטע בשורה.

חיים חייקל קלערט אויך אויף דעם ראש הקהל אז:
ניין! ניין! חיים חייקל קען אויפגעברויזט נישט זיין!
דער שטענדיגער שמייכל וואס איז אויסגעגאסן אויף זיין אויסגעהארעוועטן גוף ווערט פון אים קיינמאל נישט אראפגענומען!
די נארוואס נאכאנאנדיגע צרות וואס גייט פאריבער אויף זיין 'באליבטע קרעטשמע' מאכט אים גארנישט טרויעריג, זייענדיג אנגעפילט מיט א ריכטיגן בטחון אז די אלע זאכן וועלן פאריבער גיין שנעלער ווי זיי זענען געקומען.

חיים חייקל מעלדט אויך דעם ראש הקהל איבער זיין אנטווארט וואס ער האט געשיקט צו דעם יעניגן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2005 03:19 לינק ישיר 

אוי וואסארא קלוגער איז דער חיים חייקל, ווען ווייס איך דאס פון פראנאויס, שעם איך זעך דעך נישט אזוי, מיט עמען.

לאז מיר אייך ליבע ברודער מסביר זיין וואס מיין איך מיט דעם, הערט מיר א מאסע וואס איך האב הויטע מיטגעהאלטן אין קרעטשמע.

געמיינט האב איך אז חיים חייקל איז כאסוועשאלעם פון די נ... און ווייסט זיך נישט ווי אזוי זיך אנייצע צו געבן זיך ווען א פראבלעם רוקט זיך אפיר, אבער דא האב איך געזעהן פון א ווינקעלע אליין, אז די אלע גרויסע קעפ פון די באהערדע, זיצן און שפעקולירן ווי אזוי זיך אנייצע צו טאהן מיט די נייע סערוויסעס, וואס דער גראף האט אנגעהויבן צו שטעלן, פאר די דארפישע, ביי אלע טיהרן און טויערן האט מען אנגעזעהן די שירעמעס, וואס ביינונץ אין דארף איז דאס נישט פון די נארמאלע ערשיינונגען, זע בעקוי וועזע בעקוי, אפשר גיין מיט דארקיי נאעם, עפשער אהער עפשער אהין, אבער צו קיין מעסכאנע איז מען נישט צוגעקומען,

און "אפס" הערט וואס איך זעה:

אונזער חיים חייקל דער וואסער טרעגער מיט די נאסע הענט קומט אריין, ער רוקט זיך אריין פון אן אונטער טירל, און ער שטייט שוין ביי יענעץ טישל, -טו הו איט מעי קאנסערן; ער האט דאס געמאכט גאנץ כיטעריש,-, ער כאפט גאנץ גיעך וואס דא גייט פאר, און ער גיט זיך אזא פארקנייטש דעם שטערן, די גאנצע באהערדע בלייבט שטיל, און אט הערט; חיים חייקל הייבט זיך די שטימע, איך פון די זייט האב געמיינט אז ס'קומט א שטיקל פון יוסעלע אדער זבל, ... האלט אייך געשפאנט, ניין סיז שוין גאר קיין כאזאנעס נישט, סיז דברים של טעם, געזאגט מיט א ברייטן שפראך, אזוי אז אפילו איך דער נ... האט דאס אויך געקענט פארשטיין.

סיז צום האפן אז די אלע אנדערע וואס האבן דאס געדארפט צו הערן זאלן דאס דערהערן, און אינאיינעם אויפלעבן די ווארימע קרעטשמע, און זיך נישט שטופן אין א זייט מיט כאוויירים און אראפגעלאזטע נעזער, און בורטשען, ...קינדיש... ...נאריש... וכו' כו', אלע לאזונגען פון א שווארץ יאר, יהי רצון שיהיו דעווארים האיאצעים מין האלעוו נעחנאסים על האלעוו
וועלא יישאמע אויד שאד וואשעווער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2005 04:42 לינק ישיר 

זאגסט מיר סאכדעס?

איך האב דאך שוין אן אלטער חשד אז דער חיים חייקל איז שוין גארנישט אזא 'פשוטער' וואסער טרעגער ווי ער שטעלט זיך אהער, איך קלער אפילו אז ער איז גאר פון די ל"ו'ס.....

איינע פון מיינע יענטאאש'לעך זאגט מיר אז ער האט אים געזען ביי שלש סעודות גיין צום נאנטן וועלדל.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2005 07:41 לינק ישיר 

וואס רעדסטו יענטאאש, עבאדעי אזוי.
וואס וויסן זיי די אינגווארג??
איי איז געווען גוטע צייטן, גראדע דענק איך איהם נאך פון די באכערישע יארן אין ישיבה, וואס איז געפירט געווארן דורכען ראוו פון דערנעבענדיגן שטאט, איי איז דאס געווען יארן, נו וואס קען איך ענק פארציילן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2005 17:00 לינק ישיר 

גוט מארגן אייך טייערע גולשים.
א יישר כח אייך צום דריטן מאל פארן מיך מהנה זיין, און זיך אפגעבן מיט מיין פראגע, און מיר פרובירן מסביר זיין אייער ציל.

כדי אייך איבערצוצייגן אין מיין אויפריכטיקייט אז איך מיין אייך ח"ו נישט צו טשעפענען, וועל איך מיך פרובירן אליין צו פארענטפערן מיין פראגע, מיט א גוט ווארט, און גלייכצייטיג דערמיט מקיים זיין אייער פארלאנג אז איך זאל איבערלאזן א גוט ווארט.

איך קוק מיך אזוי אן דא ביי אייך אין פארום, ווי דער שטעטערישער איד וועלכער איז אמאל, זייענדיג אויפן וועג, אריינגעפאלן אין א דארפ'ס קרעטשמע און הערט ווי די דארפסלייט רעדן אזוי צווישן זיך וועגן די איינגעפאלענעם בודקע וואס שטייט אין עק דארף. עס איז געווען א גאנצער וויכוח צווישן די דארפסלייט צו עס דרייען זיך יא שדים אין דעם בודקע צו נישט. דער וויכוח איז געגאנגען אהין און צוריק, איינער זאגט יא! זיכער איז דא דארט שדים! זיין ווייב האט אליין געזען, דער אנדערער זאגט עס קען נישט זיין א.א.וו.
דער שטאטישער איד, וועלכער איז נישט געווען געוואוינט צו אזעלכע זאכן, שטייט אזוי מיט זיין שמייכל אין דער זייט, שמייכלט זיך אזוי אונטער פון דעם מאדנער וויכוח איבער די שדים דמיונות פון די דארפסלייט, און נישט קענעדיג זיך איינהאלטן גיט ער א פרעג דעם דארפס איד וואס זיין ווייב האט אליין געזען די שדים, זאגט נאר ר' איד, וויאזוי זעהן זיי אויס די שדים? דער דארפס איד וועלכער איז געבליבן אזוי געפלעפט, נישט האבנדיג קיין ענטפער, זאגט ער צו דעם שטאטישן איד, נע וואס פארשטייט דען א שטעטערישער איד צו די דארפס שדים?

אונטערשטע שורה: נאך אלע אייערע תגובות זעהט אויס איך בין א שטעטערישער איד און איך פארשטיי נישט צו אייערע דארפס געשפערכן...
א גוטן

נ.ב. 2 זאכן.

1. נאך איין קליינטשיגע פראגע'לע איידער איך גיי.
טאמער פאל נאכאמאל אריין אין אייער קרעטשמע, ווי איר רופט דאס, מעג איך נאכאמאל פרעגן עפעס אויפריכטיגע שאלות? וועל איך נישט פארשריגן ווערן?

2. איר מעגט נאך ווייטער ענטפערן אויף מיין שאלה, ווייל איך שטעל מיך פאר אז עס דא נאך באזוכערס דא וואס האט זיי געדרוקט מיין שאלה און פון צווישן אזויפיל תגובה'ס, וואס זענען שוין געשריבן געווארן און וואס וועלן נאך געשריבן ווערן, איז זיכער דא מענטשן וואס האבן ארויסגענומען דערפון א געהעריגן ערקלערונג, זה בכה וזה בכה.

בלייבט געזונט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2005 17:08 לינק ישיר 

פרעג מיין קינד פרעג, שרייב און פארצייל.
גיב זיך אויס דא ביי אונז, מיר האבען הנאה פון סיי וועלכער איד וואס קומט אריין ביי אונז און טיילט מיט זיינע מעשיות. אז די ווילסט, זיי די אפילו דער מותיב ומפרק אליין. מיר הנאה פון דיר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2005 17:34 לינק ישיר 

סערוויס03;

יישר כח פאר דיינע דיבורים, די מעשה מיט די שדים איז אונז באקאנט גראדע, עס איז פארגעקומען דא אין קרעטשמע מיט א קורצע צייט צוריק...

ערנסט גערעדט (איך זעה אז איר זענט זייער ערענסט... פרוביר איך זיך צוצושטעלן):

עס באדערט אונז בכלל נישט אז איר האט געפרעגט אייער אויפריכטיגע פראגע וואס נוגט אין אייער מח שוין א לענגערע צייט מסתמא, עס איז נישט קיין חסרון צו פרעגן, פארקערט, מיין רבי פרעגט זאגען: פרעגן מעג מען! (אך און וויי איז אבער געווען אויב דאנערשטאג פארמיטאג האב איך אים געפאלגט און צוגעגאנגען פרעגן א רש"י...).

דו האסט אויפגעעפענט א הערליכע דעבאטע צווישן אונז אלע איבער וואס עס איז טאקע דער ציהל פון די קרעטשמע. האסט געגעבן די געלעגנהייט פאר א טייל פון אונזערע חשוב'ע מיטגלידער ארויסצוברענגן זייערע געפילן צום פורום, מערסטנסטייל העכסט פאזיטיוו!

ווער וואלט זיך געגלייבט אז דער שטילער חיים חייקל האט ביי זיך אנגעגרייט אזא הערליכע רעדע איבער די אייגנארטיגקייט און אויטענטישקייט פון די קרעטשמע? ווער ווייסט וואס עס וואלט ח"ו געשען ווען ער בלייבט שטעקן מיט די דרשה ביי זיך אין וואסער אמפער?

דו האסט געגעבן די געלעגנהייט פאר מיר און אנדערע צוגלייך אביסל מסביר צו זיין די מעלות פון אונזער/אייער פורום, וואס מיר האפן אז איר האט פארשטאנען, און אז איר וועט אונז נישט פארלאזן!

אויב איר וועט אונז חס ושלום פארלאזן, וועט דאס זיין ביי אונז א גרעסערע פאטש ווי אייער אויפריכטיגע שאלה: "וואס איז דער ציהל פונעם פורום".

צווייטנס, טוהט אונז וויי אז איר זענט אונז חושד אז מיר וועלן אייך נישט אפגעבן דעם ריכטיגן כבוד ווען איר פאלט נאכאמאל אריין דא. וואס מאכט אייך אזוי טראכטן? קענט איר אונז פאר אזעלכע סארט מענטשן? בפרט נאך די הערליכע אויפנאמע וואס איר האט דא באקומען ביים ערשטען מאל!?

אדרבה, זאגט אונז וועלכע סארט טעמעס פאראינטערסירן אייך, און מיר וועלן פרובירן ארומרעדן דערפון.

קרעמער



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/11/2005 04:08 לינק ישיר 

עס ערשט אין זאהל א אנגעצויגענע שטילקייט דער עוילעם זיצט און ווארט זאל זיך אנפיינגען די פערדע סטסענע (חלק),פון דעם פאר-שפיל (הצגה),

ענדליך הויבט שוין אן די מוזיק שפילן, צוביסלעכווייס העפנטזיך-אף די גרויסע פאריינג (וילון)עס געדויערט נישט מער ווי א אלבע מינוט, און עס זעהט-זיך ארויס דער גאנצער געשטאלט,

זיצט א איד אין ווינקל אנגעטאן מיט בגדי אסירים צו קלאפט די קאפ פארבלוטיגט דעם פנים צוגעבונדן די הענט מיט קייטן און וויינט,

יא איך האב גלייך דערקענט אז ער איז חיים יאנקל ווייס דער בעסטער שפילער אויף דער פאר-שפילער און איך האב געאפט אז די סטסענע וועט זיין שענער פון די פריערדיגע,

חיים יאנקל פארשטעלט אלס א ארסטירטער (כלוא) אין טפיסע,
אויבט אן זינגען די גראמען וואס דערציילט פארן עוילעם דעם שרעקלעכן דורכפאל, וויינענדיגערייט מיט א ארציגע ניגון,


אין מיין רעכטע זייט זיצט א הונגערישער איד ער זעט אויס ווי צו אלט זיין טיף אין די פופציג,
איך האב באמערקט אז פון ווען דער שפילער האט אנגעאויבן מיט זיין זינגען אלט ער אין איין שטרומען ער זיצטנישט איין שאקלט-זיך א-ער און א-אין,
איך פיהל ווי עפעס דריקט עם, איך אויב שוין מורא האבן אז אפשר האט חלילה עפעס פאסירט שלעכט מיט עם,

אומר ועושה איך בויג זיך צו זיין אויער איך ברום עם אריין אזוי שטילערייט: זאגטס אלטס איז אין ארדענונג מיט אייך?

וואס ....???

גיט ער אפלאץ אויס אין א גאשריי, וואס עס האט דורך געשניטן דעם דיקן שטילקייט וואס עס האט גערשט ביז יעצט,

וואס..??? אאיד שטייט דארט אויבן און וויינט צוקלאפט צובלוטיגט געבינדן די הענט מיט די פיס און עוילעם גוילעם זיצטזיך אזוי רוהיג...!!!
נישטא דא קיינער וואס קען צוגיין איהם העלפן..?!?!? איך גלויב ווא איך זעה !!! אכזרים...!!!


דער גאנצער עוילעם העפנט אויף איהם אזעלעכע גרויסע הויגן ווי ער וואלט פון די לבנה אראפ געקומען,

איך נעם מיך די מוט, און איך הייב אן צו איהם לאזן פארשטיין,

רעב איד בארוהיגט-זיך זאג איך איהם, עס איז נישט מער ווי א שפיהל דער איד איז דאך חיים יאנקל יא יא דער באוואוסטער חיים יאנקל ער שפילט האס כאילו אז ער איז געבונדן כאילו אז עיימיצער האט איהם ערעסטירט,

וואס? דאס איז חיים יאנקל?

אקט ער מיר אפ אין מיטן רעדן,

חיים יאנקל האט דאך אין גאנצן א אנדער אויסקוק?!

יא יא ביסט גערכעט עטפער איך איהם! אבער חיים יאנקל האט זיך פארשטעלט ער גייט יעצט אן געטאן אמאסקע ע...,

וואס??? איך כאפ נישט וואס דו זאגסט..!,

האט ער מיר ווידער אמאל אפגעאקט מיין רעדן.

חיים יאנקל איז משיגע געווארן??? עס איז פורים איינט.... ??? ער איז אקליין קינד פון כיתה ז' וואס ער באנארישטזיך...???


















מורי ורבותי האט עיימיצער א ענטפער פאר דעם הינגערישער באק?

איך בין געבליבן שטעקן מיט א אפענע מויל ....


קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2005 19:00 לינק ישיר 

איינפאלנדיג אין דעם אשכול, מערק איך ווי די גאנצע קרעטשמע איז פלוצים אריינגעפאלן אין אן ערנסקייט. דער גאנצער עולם, יעדער פרובירט מיטן גאנצן ערנסקייט מסביר זיין די וויכטיגע 'סערוויס' פון די קרעטשמע. דעריבער וויל איך קודם מכבד זיין דעם עולם מיט א גלעזל "יין שרף"... און אראפשלעפן פונעם עולם די ערנסטע מאסקעס פון פנים. רבותי, זייט נישט אזוי ערנסט, ס'איז נישט אזוי געפערלעך...

***
נאך א גלעזעלע 'יין שרף', וועל איך כיודה ועוד לקרא, אים ענטפערן מיט א שטיקל ליקוטי מהר"ן (מהדו"ת כד):
והכלל שצריך להתגבר מאד בכל הכחות להיות אך שמח תמיד. כי טבע האדם למשך עצמו למרה שחרה ועצבות מחמת פגעי ועקרי הזמן, וכל אדם מלא יסורים, על כן צריך להכריח את עצמו בכח גדול להיות בשמחה תמיד, ולשמח את עצמו בכל אשר יוכל אפילו במילי דשטותא.

און צו דעם ר' סערוויס דריי – און אלע צוקיקערס פון דער זייט - וועלן מיר זאגן:

בענין השמחה. עפ"י משל, שלפעמים כשבני אדם שמחים ומרקדים, אזי חוטפים חאיש אחד מבחוץ שהוא בעצבות ומרה שחורה, ומכניסים אותו בעל כרחו לתוך מחול המרקדים, ומכריחים אותו בעל כרחו שיהיה שמח עמהם גם כן (שם).

עס וועט אייך גארנישט העלפן, מיר וועלן ווייטער טאנצן און שפרינגען, ביז איר וועט מיט געוואלד מיטגעשלעפט ווערן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > פראגע: וואס איז דער ציל פון דעם פארום??
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית חברה וקהילה המכילה פורומים פתוחים וסגורים של קהילות קטנות וגדולות בחברה החרדית. בוגרות סמינר, בוגרי ישיבות, פורומים לנשים בלבד ודיונים חברתיים פנים חרדיים.