בית פורומים היימישע קרעטשמע

איבערקערעניש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/11/2005 23:22 לינק ישיר 
איבערקערעניש

גיוואלד און געשריען און גערופן


א נייע אנשיקעניש אין קרעטשמע
די גמרא זאגט שוין קשה גרים לישראל כספחת, קוים ענדליך פטור געווארן פון דעם ביטערן גראף, אבער ליידער ליידער איז ער פיל ערגער געווארן, ער האט געטוישט זיין נאמען אויף סערוויס03, איך האב מורא אז ער האט זיך מגייר געווען ביי א רעפארם טעמפל ביי איינע פון די סערוויסעס, -מסתמא ביי די דריטע סערוויס- און ער האט זיך אויף א אידישן אופן גענומען זיך רודפ'ן די אומשולדיגע אידן אין קרעטשמע, און בפרט די אידן אין דארף, מיט א אויסרייד אז מיר לעבן אין דמיונות רח"ל.
און על אף האט ער נאך געפענט א גרויסן שירעם כאילו ס'רעגנט, כדי מ'זאל נישט זעהן וואס טוט זיך דערונטער, זיי די רעפורמער מאכן סייוי די חופות תחת קורת הגג האט ער נישט מורא אז סיוועט רעגענען אונטער זיין חופה

אוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה


וואסארא פנים וועלן מיר טראגן פארן קעניג אז דער גראף האט זיך אזוי כיטעריש ארויסגעדרייט פון זיינע-אונזערע הענט


רבותי איין עצה איז דא וואס דאס איז זייער סימפל, דאס ווערט אנגערופן אין אן אנדערן שפראך :::~~~~~~ מיר אינגנארירן~~~~~~::: איך מיין אז די עצה וועט אויף דערווייל העלפן.

ס'מיינט נישט צו זאגן חסושלום אז מען זאל נישט ענפערן אויף די שאלות, איך מיין נאר צו זאגן אז מ'זאל דאס אינגנארירן, איך מיין אז מיט דעם יצאתי ידי חובת מחאה.

ווער עס וויל אויך האבן א חלק זאל אויך אונטערשרייבן


הכ"ד ידיכם מכבר
סאכדעס


תוקן על ידי - התאחדות - 09/11/2005 23:23:25

תוקן על ידי - התאחדות - 09/11/2005 23:24:31



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2005 23:59 לינק ישיר 

אוי בין איך צומישט היינט, מער ווי אימער. וואו איך גיי און וואו איך שטיי שטעלן מיר מענטשן אפ און פרעגן מיר מיט אזא ציפעדיגע שטעכיגע שמייכל וואס דרינגט אריין אין די טיפענישן פונעם זיבעטן ריפ: נו, גראף לעבן, האט איר טאקע תשובה געטאן? איז אמת וואס דער ראש הקהל האט געמאלדן היינט פארטאגס?

ווען דאס וואלט געווען די גאנצע זאך, ווען עס וואלט נאר געווען די פאר פגע רע'ס וואס מאכן זיך נישט וויסנדיג פון די מאמר חז"ל אז א גר טאר מען נישט טשעפן ביז צען דורות און מען טאר אים נישט זאגען געדענק דיינע פריערדיגע מעשים, וואלט איך זיך נישט אזוי אויפגעגעסן. ערגער פון דעם אלעם איז וואס דער היציג אינגל איך וויל אפילו נישט זאגען זיין נאמען ריקט זיך אן און איז מיר חושד אין וועלן אונטערגראבן די גאנצע קרעטשמע דורכן פרעגן א אויפריכטיגע שאלה: וואס איז די יסוד פון די קרעטשמע? אויף וואס איז זי געבויט?

עס שטערט מיר כלל נישט די פראגע, איך האלט אז אדרבה, אלע קרעטשמע זיצער ברויכן זיך פרייען אז איינער מאכט זיך וויסנדיג פון זיי און פרעגט זיי אן וואס זיי טוען מיטן טאג, אבער עס שמעקט מיר בכלל נישט ווען מען איז מיר חושד אין זאכען וואס האבן נישט מיט מיר, און איך בין מגלה דעת אז איך האב נישט קיין שייכות צו דעם יעניגן וואס רופט זיך סערוויס דריי.

און מיט דעם בין איך יוצא מיין חוב פון מחאה לויט אלע דעות אפילו לויט די התאחדות.

תוקן על ידי - גראף - 10/11/2005 0:02:36



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2005 00:37 לינק ישיר 

היתכן?????????!!!!!!!!!........

נאכאמאל היתכן????????!!!!!!!!.........

פארוואזשע.... סאכדעס פארוואזשע????????........

ער איז דאך א גר געוואלד און געשריגן, פארוואס זאלסטו אים טשעפען???...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2005 00:46 לינק ישיר 

גראף איך זעה אז דו ביסט נאך ביזדערווייל א דאבעל קראוסער, אפשר ביי די רעפארמער גייט די גירות אזוי צו.

עניוועי ביסט דאך נאך נישט אזוי באקאנט, אבער ביי חסידישע אידן איז דא א מעשה כדלהלן:
איינמאל אין מקוה ר' זרח (נישט אונזער דאיען) טוהט זיך אהן די הויזן און ...., דאס בערזל איז נישט דא, נו וואס טוט מען מ'מאכט א ויצעקו גיוואלד ווער האט דעם בערזל געגנב'עט, האט מען זיך געשאפט א רםקול און מ'האט אויסגערופן:

דער גנב זאל ארויסגיין פון מקוה

און אט פון די שויערס הערט מען שרייט ארויס חיים חייקל (אויך נישט פון אונזער דארף דער וואסער טרעגער, ער איז געווען א האלץ האקער) איך האב דאס נישט געגנב'עט, איך גיי נישט ארויס פון מקוה, און וואס מיינט איר מ'האט געלייגט א אויג אויף זיין הויזן און הילד איננו, דאס בערזל איז דא, שוין מ'האט דאס צוריק געגעבן פאר ר' זרח דער שניידער, פארשטייט זיך מיט סימנים, גראדע פלעגט אסאך חיים חייקל האקן האלץ פאר ר' זרח, און ער האט אסאך געזעהן זיין בערזל, אבער דאס האט נישט קיין שייכות

סאו דיין זיך אנרופן דערמאנט מיך פון דעם, טייערער גראף נעמט דאס נישט פערזענליך, אונזער בעסדינ איז זייער פארווייטאגט פארוואס איר זענט נישט געקומען צו אונז אין שטיבל זיך מגייר זיין, סאו יו מעי פיל מיי פעין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2005 00:47 לינק ישיר 

יענטאאש ביים סוף האב איך דיר אויך גענפערט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > איבערקערעניש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext