בית פורומים היימישע קרעטשמע

חיים חייקלס קידוש לבנה אין די קרעטשמע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/12/2005 23:33 לינק ישיר 

און אז מ'רעדט שוין פון שלום עליכם און קידוש לבנה דערמאן איך מיך א קשיא וואס כ'האב שוין לאנג געוואלט וויסען.

וואו קומט אריין שלום עליכם ביי קידוש לבנה?

צווייטענס, דארף מען עס זאגן פאר דריי מענטשן אדער איז גוט אויב מ'זאגט עס דריי מאל פארן זעלבן מענטש?

און רוב סידורים שטייט: ואומר לחבירו ג' פעמים, נישט ואמר לג' חברים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2005 00:50 לינק ישיר 

אויף די ערשטע שאלע איז דאך פשוט, ווען איינער קומט פון די לבנה גיבט מען איהם א ברייטען שלום עליכם.

און איצט די צווייטע שאלע וואס מוטשעט דיר שוין פון לאנג, אין הכי טאקע, מ'דארף דאס נישט צו זאגן פאר דריי באזונדערע פערזאנען, סיז גענוג און נאך עס צו זאגן פאר א יחיד דריי מאל, און וואו פארשטייט זיך יענער זאל ענפערן דריי מאל, אבער היות סיפאסט דאך נישט, נעבן דעם יחיד שטייען דאך נאך געוויסע וואס זענען אקאורשט אראפגעקומען פון די לבנה, נו פאסט דאך זיי צו זאגן יעדעם עקסטער.

און איצט שטעלט זיך ארויס א דריטע שאלע וואס דאכצאך יאך האב שוין געזעהן רעדן דערפון, אויב אזוי פארוואס זאל מען נישט געבן פאר דעם גאנצן ציבור שלום עליכם, איז דא געוויסע וואס ענפערן, שיינע מאסע סיעט דאך ווערן אזא גערודער אז מ'עט קענען טויב ווערן, אבער לפיענ"ד איז דאס נישט קיין באגענוגענדיגע תירוץ ווייל לפי זה העט מען ווען געקאנט זאגן אז מ'זאל דאס צוטיילן אין צען אידען, דאס הייסט אז סיז גענוג אז מ'גיט שלום פאר א מנין, הגם מ'עט דאך יעמאלט נישט געוואוסט וועלכע צען אויסצופיקן, מ'וואלט אויסגעקוקט ווי נאטורליך ביי די קיטשענס, אבער לפי זה איז די פראבלעם ביי די דריי אויך, ואם כן הדרא הקושיא לדוכתיה.

איברא האב יאך געקלערט צו זאגן אזוי, אז לפי האמת העט מען ווען טאקע געדארפט צו זאגן פאר דעם גאנצן ציבור, נאר היות מ'איז גענגט אין צייט, דער הוילעם איילט זיך אהיים צו די בני בית, סשטיינס געזאגט, מ'קומט דאך הערשט פון די לבנה, נו דארף מען דאך זאגן פאר די בני בית ווי שיין ס'זעהט אויס, ממילא האט מען מתקן געווען אז מ'דארף נישט זאגן פאר דעם גאנצן ציבור, נו אויב אזוי וואס איז דער מספר פון דריי, העט מען ווען געדארפט מתקן זיין אז מ'זאל זאגן כאטש פאר צען מענטשן, איך העט דאס ווען איבערגלאזט מיט א צריך עיון, נאר היות דער עולם ווארט דאך צו הערן ממילא וועל איך מיך לאזן הערן.

וזה החלי:
באמת העט מען ווען געדארפט זאגן פאר דעם גאנצן ציבור, אזוי ווי די גמרא פרעגט שוין, מה ראי זה כראי זה וכו', (קרעמער די מקור ביטע) וואס איז זיין בלוט עפעס ווייניגער רויט פון דיין בלוט, נאר היות ווי אויבנדערמאנט, משום טירחא דציבורא, דער עולם דארף אהיימגיין צו די בני בית פארציילן וכו', ממילא דארף מען נישט זאגן פאר דעם גאנצן ציבור, נו איז דאך די קשיא פארוואס נישט פאר צען מענטשן? רבותי הערט אויס דאס איז א בליץ:
איך העט דאס ווען געלאזט מיט א צריך עיון אבער יאך וויל נישט אז מ'זאל נאך זאגן אילו הייתי שם ממילא וועל יאך יא ענפערן, סיז אזוי שטעלט אייך פאר סיקומט איינער פון יענע עק אייך זאגן שלום עליכם, נו וואלט איר דאך איהם אנגעקוקט ווי פון די לבנה אראפ, דאן וואלט דאך געהערט א צומישעניש, ווער דארף זאגן וועמען שלום עליכם, דער שואל אדער דער שומע, מילא דריי מענטשן האט דאך א יעדערער ארום זיך א דריי מענטשן וועמען ער זאל זאגן שלום עליכם, זיי וואלטן איהם נישט אנגעקוקט אזוי משוגע, ממילא האט מען מתקן געווען אז מ'זאל נאר פאר דריי אידן זאגן שלו' עליכם.

ווי פארשטייט זיך איינער האט צייט, איז טאקע נישט אויסשליסלעך אז ער זאל נאר זאגן פאר דריי אירע, אדרבה כל המוסיף הרי זה משובח - דריי מאל, (ביטע אויף די דריי מאל נישט פרעגן היינט, עוד חזון למועד)

כל זה נראה לענית דעתי ברור מתוך כל הפוסקים אחרונים, מ'קען זיך פארלאזן דערויף למעשה אם יסכימו אתי גדולי ההוראה בזמנינו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2005 01:53 לינק ישיר 

סאכדעס'ל;

פארוואס האסטו מיר דעס נישט געלאזט וויסן בעפאר קידוש לבנה, יאך האב געהאט אזויפיל צייט נעכטן, און איך האב נאר געזאגט שלום עליכם פאר דריי מענטשן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/12/2005 03:02 לינק ישיר 

התאחדות;

איך האב מיטגעהאלטן דאס גאנצע קרעפ'ל פשט'ל דיינע, זאג מיר אבער ביטע שעהן, וויאזוי האסטו באוויזן דאס אראפצושיקן פון אויבן, מיט א קאסמאנאט? אדער א ספוטניק?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/12/2005 03:48 לינק ישיר 

וואס הייסט פון אויבן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2005 05:58 לינק ישיר 

ווייל פון דיינע ווערטער שיינט אז ביי קידוש לבנה קוקסטו אויף אראפ (אין אנדערע ווערטער, פאר די וואס האבן א נידריגע אייקיו: דו דרייסט זיך נאך אויף די לבנה).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/12/2005 19:34 לינק ישיר 

אוקיי יאך האב ספעציעלע טלגראמע סערוויס פון די לבנה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2005 23:24 לינק ישיר 

איך וויל וויסען אויב מדארף אליין זאגען עליכם השלום אדער דאס דארף די חבר ענטפערען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2005 23:25 לינק ישיר 

איך וויל אויך וויסן.. ביזדערווייל פיר איך זיך ווי אלע אידישע קינדער, מען זאגט: "שלום עליכם עליכם שלום שלום עליכם עליכם שלום שלום עליכם עליכם שלום" בשעת מען דרייט זיך הין און צוריק ווי ביי בואי בשלום.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/1/2006 00:23 לינק ישיר 

חיים חייקל וואס הערט זיך די חודש?

טבת מאכט מען ניט קיין קידוש לבנה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > חיים חייקלס קידוש לבנה אין די קרעטשמע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית חברה וקהילה המכילה פורומים פתוחים וסגורים של קהילות קטנות וגדולות בחברה החרדית. בוגרות סמינר, בוגרי ישיבות, פורומים לנשים בלבד ודיונים חברתיים פנים חרדיים.