| נשלח ב-15/11/2005 20:43 |
|
| |
I-POD וואס קען שוין זיין שלעכט דערמיט
די שבת האב איך געזען א מודעה אז עס גייט זיין א מחאה אדירה קעגען א געוויסע סארט I-POD. ווייסט איינער וואס עס איז שלעכט דערמיט?
בכלל ווער איך געוואויר פון געוויסע זאכן דורך די מודעה'ס ווי למשל די TV-CELLPHONE. איך האלט אז עס איז א עוולה פון זיי אז זיי עפענען דערמיט אויף די אויגן פון די יונגווארג, בפרט בחורים.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2005 21:36 |
|
| |
מאנכע טענה'ן אז די גאנצע אריינדרינג פון די אינטערנעט איז אדאנק די מערכה וואס מען האט געפירט דערקעגן. גיי ווייס אויב עס איז אמת אדער נישט.
די איי-פאד'ס קענען זיין א שטיקל פראבלעם, ווייל מען קען דאונלאודען דערויף גאנצע ראדיא שאו'ס און גוי'אישע טריפה'נע ניגונים.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2005 21:39 |
|
| |
And more things
but i dont wana open someones eyes
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2005 21:45 |
|
| |
אנאלאזירער,
ווי די רבי אין חדר פלעגט זאגן: זאג אויס, ווייל איך ווייס סייווי אלעס!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2005 00:56 |
|
| |
איך פארשטיי בכלל נישט דעם פראבלעם.
אן איי-פאד איז נישט מער ווי א טעיפ ריקארדער אדער א מוזיק סי-די פלעיער.
אפשר זאל מען אסרען דעם טעלעפאן ווי מען קען פונקט אזוי הערן (אין נאך מער, מען קען שמועסן וד"ל) דאס ערגסטע????
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2005 01:23 |
|
| |
אויך מיר א פארגלייך, מיסטער סאלאמאן פיש. א טעלעפאן איז שוין היינט א דבר הכרחי, ווער עס האט נישט קיין טעלעפאן איז דאס א סימן אז ער שוין נישט בין החיים (איך רעד נישט פון די סעלפאון'ס). משא"כ א איי-פאד איז דערווייל נאכנישט אזוי לעבנסוויכטיג. ממילא אויב האט עס חסרונות איז גוט אז מען איז מעורר דערויף.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2005 09:30 |
|
| |
הער גראף,
זיי דו מיר מסביר דעם חילוק צווישן א סי-די אדער טעיפ פלעיער און אן איי פאד.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2005 10:27 |
|
| |
גראף לעבן, הארגע נישט קיין מענטשן אזוי מיט א מאך אוועק מיט די האנט.
וועסט טאקע נישט גלייבן, אבער איך בין נאך פון מענטשן וואס האבן נישט קיין טעלעפאן אינדערהיים.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2005 19:05 |
|
| |
נישט יעדע זאך וואס מען אסר'ט איז טאקע שלעכט...
צו קענען אפלאודען ווידיא דארף מען האבן א קאמפיוטער מיט ד.ו.ד. מען קען נישט שיקן פון איין אייפאד צו אן אנדערע
|
|
|
|
|