תירוצים אויף די שאלות פון פרשת חיי שרה: צוזאמגענומען פון די תירוצים פון אונזערע חשוב'ע קאלעגע שרייבער ('איבריג', 'אור חדש', 'בן-הרחמן', 'חיימזאהן', און אנדערע), בתוספת נופך, ומראי מקומות והערות.
1. ווער איז געווען אליעזר'ס טאטע?
עס זענען פארהאן מערערע שיטות דערין:
חם בן נח; לויטן מדרש רבה (פ' חיי שרה פרשה נ"ט סי' ט'), און זוהר הק' (חלק ג' דף ק"ג ע"א) אז כנען זה אליעזר. עס ווערט צוגעברענגט אין דעת זקנים (בראשית כ"ד, ל"ט) וז"ל: אמרינן בבראשית רבה אליעזר בנו של חם היה. זעה אויך אין פירוש מהרז"ו (על מדרש רבה) שכתב וז"ל: ויתכן שהכוונה על כנען בן חם עצמו שחיה עדיין כו' שנתארר שיהיה עבד עבדים לאחיו, ויתכן שהיה עבד לכוש אחיו הבכור, וכוש הוא נמרוד כו' ונתן אותו נמרוד לאברהם כו' עכ"ל.
כנען בן חם; לויטן זוהר הק' (ח"ג דף קנ"ח ע"א) וואס שרייבט אליעזר עבד אברהם מבני כנען הוה, [אדער איז די כוונה דערפון "אן אייניקל" פון כנען, און נישט "א זוהן"].
כוש בן חם; לויטן מדרש רבה (פ' לך פרשה מ"ב סי' ד') אז כוש מיט נמרוד זענען איינס [און לויט די שיטות אז אליעזר איז געווען בן נמרוד, זעה ווייטער].
נמרוד בן כוש; לויטן תרגום יונתן (בראשית י"ד, י"ד) און ילקוט שמעוני (פ' חיי שרה רמז ק"ט) וואס שרייבן אליעזר בן נמרוד.
? בן נמרוד; לויטן חזקוני (בראשית ט"ו, ב') וואס שרייבט: דמשק אליעזר, בן בנו של נמרוד היה.
אחיה בר שמחזאי; לויטן פרקי דרבי אליעזר (פרק ט"ו) און מסכת סופרים (פרק כ"א הלכה ט') אז אליעזר איז עוג מלך הבשן, און די גמרא זאגט (נדה ס"א ע"א) אז סיחון ועוג בני אחיה בר שמחזאי הוו.
2. איז ער געבליבן אן אייביגער קנעכט ביי אברהם?
זעה אין בבא בתרא (נ"ח ע"א) אז אליעזר עבד אברהם באדינט נאך יעצט זיין האר אברהם אין מערת המכפילה, אבער מיר געפונען אויף עטליכע פלעצער אז ער איז באפרייט געווארן פון זיין קנעכטשאפט:
עס שטייט אין פרקי דרבי אליעזר (פרק ט"ז) וכשגמל חסד עם יצחק בנו הוציאו לחירות עכ"ל, (עס ווערט אויך געברענגט אין ילקוט שמעוני פ' חיי רמז ק"ט), לויט דעם קומט אויס אז אליעזר איז באפרייט געווארן נאכדעם וואס ער האט געברענגט רבקה פאר יצחק'ן. אבער אנדערע זאגען אז אברהם האט שוין באפרייט אליעזר'ן איידער ער איז געגאנגען ברענגן רבקה'ן, ווייל אלס עבד וואלט ער נישט געקענט זיין קיין שליח מקדש צו זיין רבקה.
אין מסכת סופרים (פרק כ"א הלכה ט') שטייט: עוג הוא אליעזר ופרסות רגליו [של, (גירסת הגר"א)] אברהם אבינו היה טומנו בכף ידו ופעם אחת גער בו ומיראתו נפל ממנו שינו כו' עכ"ל, (אזוי שטייט אויך אין ילקוט שמעוני סוף פ' חקת רמז תשס"ה), קומט דאך אויס אז אליעזר איז דורכדעם ארויס פריי, ווייל די הלכה איז אז אויב א הער מאכט אז די ציין פונעם קנעכט זאל ארויספאלן, גייט דער קנעכט ארויס לחירות! (ועי' כסף נבחר פ' בלק מזה).
3. וויאזוי איז צוגעגאנגען זיין פטירה?
עס שטייט אין מס' דרך ארץ זוטא (פרק ראשון) אז ניין מענטשן זענען אריין לעבעדיגערהייט אין גן עדן: חנוך בן ירד, אליהו, משיח, אליעזר עבד אברהם, חירם מלך צור, עבד מלך הכושי, יעבץ בנו של ר' יהודה הנשיא, בתיה בת פרעה, סרח בת אשר, ויש אומרים אף ר' יהושע בן לוי ע"כ.
די סיבה פארוואס ער האט זוכה געווען דערצו ווערט געברענגט אין ילקוט שמעוני (פ' חיי רמז ק"ט) וז"ל: ותפול מעל הגמל, לפי שראתה ברוח הקדש שעתיד לצאת ממנו עשו הרשע נזדעזעה ונעשית מוכת עץ ויצא ממנה דם בתולים כו', בא יצחק עליה ולא מצא לה בתולים חשדה מאליעזר כו' הלכו ומצאו העץ צבוע דם, מיד ידע יצחק שהיא טהורה, אמר הקב"ה מה אעשה לעבד הזה שהיה חשוד, אמר למלאכי השרת הכניסוהו חי בגן עדן כו' ואליעזר נכנס לגן עדן חי עכ"ל, (דער דעת זקנים ברענגט אביסל אנדערש די מעשה).
די גמרא דערציילט (בבא בתרא נ"ח ע"א) אז רבי בנאה איז אנגעקומען צו די הייל וואו אברהם אבינו ליגט, האט ער געזען אז אליעזר עבד אברהם שטייט ביי די טיהר, זאגט דער רשב"ם אז דאס שטימט מיטן אויבנדערמאנטן מאמר חז"ל אז אליעזר איז געבליבן לעבן אויף אייביג, און ער שטייט און היט אויף אברהם אבינו (אינטערסאנט: דער רשב"ם שרייבט דארט זיבן צדיקים זענען נישט געשטארבן, בעת אין מס' דרך ארץ שטייט ניין).
אבער לויט ווי עס שטייט אין פרקי דרבי אליעזר (פרק ט"ז) אז אליעזר עבד אברהם איז גאר געווארן עוג מלך הבשן, וז"ל: ונתן לו הקב"ה שכרו בעולם הזה בשביל שלא יהא שכר לרשעים בעולם הבא, והקימו למלך, והוא עוג מלך הבשן עכ"ל, איז ער גאר גע'הרג'ט געווארן דורך משה רבינו אליין!
דער דעת זקנים (בראשית כ"ד, ל"ט) פרעגט טאקע די סתירה צווישן פרקי דרבי אליעזר און מס' דרך ארץ, און ער ענטפערט: וצריך לומר ששני עוג מלך הבשן היו, אחד רשע שהרגו משה, ואחד שהיה עבד אברהם והיה צדיק ומלך, וכשמלך נקרא שמו עוג, כי כל מלכי הבשן נקראים עוג, כמו שמצינו בכל מלכי מצרים שנקראין פרעה עכ"ל.
דער עץ חיים (שער מ"ט פרק ט') און דער מדרש תלפיות שרייבן אז דער חלק הרע איז געווען עוג וואס איז גע'הרג'ט געווארן דורך משה, און דער חלק הטוב איז געווען אליעזר וואס איז אריין לעבעדיג אין גן עדן. דער יערות דבש (חלק ראשון דרוש ב') שרייבט אבער אז אליעזר עבד אברהם איז טאקע גע'הרג'ט געווארן דורך משה רבינו!
 |
|
|