אז מען לעשט ביינאכט צינדט מען ביי טאג?
אלס קינד פלעגט מען הערן דעם זעלבן אויסדרוק, נאר צוריקצואוועגס: אז מען צינדט בייטאג, לעשט מען ביינאכט (שוין אמאל געווען א שמועס דערוועגן דא אין קרעטשמע, אויב איך מאך נישט קיין טעות).
יעצט אבער וועט מען מוזען אויסדרייען דעם גוט ווערטל לכבוד א קאלעגע אונזערער אין דייטשלאנד, וועלכער האט זיך אנגעשאשקעט און געלאשן ביינאכט... און בייטאג האט ער געצינדן...
http://tinyurl.com/bwp9o
(יישר כח פאר סושי פאר די לינק צו די פלאץ ווי מען קען פארקלענערן א לינק, אין קורצן: פאר די קליינע לינק לינק!).
|
|