| נשלח ב-22/11/2005 22:48 |
|
| |
מקרא יוצא מידי פשוטו - טייטשן פון צדיקים
לויט א אפיציעלער פארלאנג, פון אונזער באליבטן געוועזענעם מנהל 'קרעמער', אין דעם פאלגענדן אשכול
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=3&topic_id=1658123
אין דריטן בלעטל, וועל איך זיך ערלויבן צו עפענען דעם ספיציעלן אשכול, וועלכער וועט זיין געווידמענט בלויז פאר:
טייטשן פון צדיקים, וועלכע האבן פארטייטשט פסוקים אויף דעם סארט אופן, אויף דעם מהלך.
(באמת וואלט איך געווען געדארפט לאזן דעם כבוד פונעם פתיחת האשכול פאר 'קרעמער' זעלבסט, אלס קריינא דאיגרתא וכו', נאר אזוי ווי איך זע אז ער האט דאס נאכנישט געטוען, וועל איך - אחר בקשת מחילת כבודו - דאס אליין טוען).
---------------
איך וועל טאקע זיין דער מתחיל:
דער רבי ר' מאיר'ל פרעמישלאנער האט געטייטשט:
בגלל אבות תושיע בנים:
בגלל = דו מיסט (גלל, מלשון גללים. פי' - מיסט. ובענגליש - גארבידזש)
אבות = וועלן (מלשון ולא אבה)
תושיע = העלפן
בנים = דיינע קינדער
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 23:25 |
|
| |
זארעכ;
קודם כל א טעכנישע דעטאל: דו ברויכסט נישט שרייבן אויף וועלכן בלעטל, אויפן לינק אליין שטייט שוין "בלעטל 3" עיין שם ודו"ק.
==
רבי ר' מאיר'ל פרימישלאנער זי"ע האט געטייטשט:
זה דור = דער דור
דורשיו/דור שוא = עס איז א פאלשער דור
מבקשי פניך = אפילו דו ביסל ערליכע אידן וואס זוכן דיר
יעקב = אויך נאר געפאפטע מעשיות (מלשון ויעקבני זה פעמים)
סלה / סלע = זיי מיינען די געלט...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 02:12 |
|
| |
נאך א טייטש פון ר' רבי מאיר'ל:
לסיחון - אויב שמועסט מען (סיחון מל' שיחה).
מלך - פון צדיקים (מאן מלכי רבנן)
האמורי - איז עס גוט געזאגט און עס קומט אן אין הימל (אמורי מלשון אמירה)
ולעוג - אויב אבער לאכט מען פון צדיקים (לעוג מל' לעג)
מלך הבשן - דעמאלט וועט איר זיך שעמען מיט אייערע מעשים אין הימל (הבשן מל' בושה)
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 19:30 |
|
| |
אחרי מות: נאכדעם וואס איינער גייט אוועק פון דער וועלט
קדושים, אמור: זאגט יעדערער אז ער איז געווען א קדוש
נעבעך געווען א פיינער איד, איך האב עם גוט געקאָנט, זאל ער זיין א גוטער בעטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 02:09 |
|
| |
ווי איך זעה איז קיינער נישט מוסיף דא עפעס גוטע ווערטליך. דאן וועל איך דאס אליין טוהן.
ווי באקאנט האט דער רבי ר' מאיר'ל זייער נישט געגליכן די פוסטע רעבישע אייניקלעך, וועלכע פארופן זיך בלויז אויף זייערע הייליגע זיידעס, האט ער אמאל אין א געלעגנהייט זיך אויסגעדריקט:
והסנה = די פוסטע ביימער (סנה איז א אילן סרק)
איננו אוכל/אנאייניקל = זענען די אייניקלעך
----
און אנדער געלעגנהייט האט ער אמאל געזאגט פאר אזא סארט רעביש אייניקל:
קח לך = נעם דיר
עגלה משולשת = א [טייערן] וואגן מיט דריי פערד
ועז משולש = און דריי עזות פנימ'ער וועלכע זאלן דיר דינען אלץ גבאים
ותור = און זאג תורה
וגוזל = און דערמיט וועסטו זיין א גוזל את הבריות
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 02:49 |
|
| |
שלום עליכם ר' זרח;
איך מיין אז די ווארט שטאמט אויך פון ר' מאיר'ל פרימישלאנער:
וירא = און ער האט געזען
בלק / בא - לאק = ער קומט מיט שיינע געלאקעטע פיאות
בן = האט ער פארשטאנען (מלשון בינה)
צפור = דער איז יענער פויגל...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 03:39 |
|
| |
קרעמער;
איך מיין אז די לעצטע ווארט שטאמט פון מיין גיטע ט' מנאל...
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2005 16:32 |
|
| |
איך זעה מ'האט זיך גענומען צו ר' מאיר'ן, זאל זיין זכות אונז מגין זיין. נאך א טייטש פון דעם צדיק:
תהלים קיט
צרופה - ס'איז פארבינדן
אמרתך - דיין תורה
מאוד - מיט געלט, ובכל באודך
דערפאר:
ועבדך - דיין קנעכט מאיר'ל
אהבה - האט עס ליב
און איך אויך...
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|