מענין לענין באותו ענין, האב יאך זיך דערמאנט אין א מעשה.
דער קאשויער רב ביי א דרשה פאר פרויען, סיז דאכצאך א באקאנטע דרשה, ער זאגט דארט בין הדברים, וועלכער איד זעט דען נישט אליהו הנביא, עניוועי פארציילט ער א מעשה פון איינע פון די חברי הבד"ץ דעדה החרדית בירושלים זצ"ל, יאך געדענק נישט דעם נאמען אבער זיין בילד ליגט מיר פאר די אויגן, האט ער געזאגט אזוי, ער האט א זייער א גוטן שלום בית, זיי קריגן זיך נישט אויף קיין שום זאך, ביידע ווייסען פון די גמרא (ב"מ נט.) אמר רב כל ההולך בעצת אשתו נופל בגיהנם, שנאמר רק לא היה כאחאב וגו', א"ל רב פפא לאביי והא אמרי אינשי איתתך גוצא גחין ותלחוש לה, לא קשיא וכו', לישנא אחרינא הא במילי דשמיא והא במילי דעלמא, -יאך מיין אז יאך האב גוט געשריבן דעם לשון, אדרבה תבדקו, וועט איר זעהן צו מיין זכרון ארבעט מיר גוט,- נאר אין איין זאך האבן זיי א דיפרענץ
ער האלט אויף יעדע זאך אז אס איז מילי דשמיא, און זי ווייטער האלט אויף אלעם אז אס איז מילי דעלמא.
|
|