אוי האסטו מיר געמאכט צרות יגון ואנחה נעכטן נאכט, איך האב געקלערט "פארוואס נישט אראפלאדענען מאזילע פייערפוקס"? עס קאסט מיר דען געלט?
נא נא נא
איך האב עס אראפגעלאדענט, גענוצט איין צוויי מינוט, און דאן פלוצים איז אלעס געשטארבן, איך האב נישט געקענט צוקומען אפילו צו די פראנט פעידזש פון פייערפוקס.
איך האב אויפגעהויבן מיינע צוויי הענט, אנגעכאפט דעם מאזילע בקרחתו ובגבחתו און אים ארויסגע'זרק'ט ווי א הונט, צוריקגענומען אינטערנעט עקספלאורער, והכל על מקומו יבא בשלום.
אפשר ווייסט איר וואס דער פראבלעם איז געווען?
|
|