בית פורומים היימישע קרעטשמע

~~~שאלות אויף פרשת ויצא~~~

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/12/2005 17:38 לינק ישיר 

איך האב געשריבן "אין" ליטוויש,
ודוק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2005 20:37 לינק ישיר 

i



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2005 21:08 לינק ישיר 

א גיטן ערב שבת קודש מיינע טייערע פריינט פונעם קרעטשמע
ספעציעל ידידי הרב קרעמער נ"י איך וויל אייך אלע מודיע
זיין (כאולי איינער איז אינטערסירט)אז אני הקטן איז דא מיט אייך געווען כמעט די גאנצע צייט אין א בחונה פון רואה ואינו נראה,די עיקר סיבה דערצי איז אז איך האב ארויפגעלייגט א פילטער אויף מיין קאמפיטער האב איך מער נישט געקענט אריינגיין אינם נארמאלן הייד פארק נאר אינעם מסורת,לכבוד דעם האב איך פארלוירן מיין פעסווארד,
און איך קען מיך דאך אזוי גיט אויס מיט דעם כלי אזוי ווי די שניי וואס האט זיך שוין צילאזט,אבער ענדליך ב"ה בין איך דא מיט אייך אלע זיך אנציווארעמען די נשמה און עפעס געבן פארן גוף אויך סו"כס מיזן מיר אנקומען צי עם
יעצט וואס האט מיר ממש געצווינגען צי שרייבן ,איז ווייל איך האב געזען ווי די ידידי קרעמער רעדסט זיך אפ אז קיינער ענטפערט דיך נישט,און ווי פענסטער האט דיר געשריבן אז נישט אלע ליינערס שרייבן ,האב איך דא געוואלט ברענגען א לעבעדיגע עדות אז עס איז דא אזעליכע וואס ליינען מיט דארשט די ארטיקלען דא ובפרט דיינע
אבער שרייבן לאזן זיי איבער פאר בעסערע פון זיי
אגב וואלט איך דיך געבעטן ,אויב די קענסט אויך שרייבן קליינע שיינע תורות אויף די פרשה,אדער עכ"פ א מראה מקום ווי די האסט געזען עכט א זיס ווארט
צים ווידער זעהן אי"ה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2005 21:26 לינק ישיר 

שלום עליכם ידידי מר. (ערב שבת)בענקל34;

איך האב זיך שוין כמעט מייאש געווען פון דיך צו זען דאהי, איך האב נישט געקענט טראכטן וואס עס איז געשען מיט דיר. איך ווייס דאך וויפיל שבעה מדורי דו ביסט אדורכגעגאנגען ביז דו האסט ענדליך געעפענט דיין ניק, און דא ביסטו מיר פארשוואונדן געווארן ווי די פאריעריגע שניי.

אגב, וויאזוי האסטו זיך טאקע יא דערמאנט דיין פעסווארד?

יישר כח פאר די קאמפלימענטן, איך וועל אי"ה פרובירן צו לייגן אויך קליינע שיינע תורות (אויב איך וועל האבן צייט און געדענקן).

א גוטען ערב שבת!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/12/2005 03:37 לינק ישיר 

תירוצים אויף די פראגע פון פרשת ויצא:

שאלה פון די וואך: וואס זענען געווען די סימנים וואס יעקב האט אפגעשמועסט מיט רחל?


דער דעת זקנים לבעלי התוספות (בראשית כ"ט, כ"ה) שרייבט אז די סימנים זענען געווען די דריי מצות וואס פרויען זענען מחויב נדה, חלה, הדלקת הנר , וז"ל: ויהי בבוקר. שכל הלילה היתה עושה עצמה כרחל מתוך השלשה סימנין שמסרה לה, נדה וחלה והדלקת הנר, כמו שמסרן יעקב לרחל עכ"ל, וכן מבואר בכתבי רמ"ע מ'פאנו (יונת אלים פרק צ"ג) ע"ש.

אין ספר חסד לאברהם (מעין ב' נהר נ"ט - נהר ס"א בסוד תנוך אוזן ובהן יד ורגל, ובסוד סימנים שמסר יעקב לרחל) שרייבט ער וז"ל: דע כי יש ג' שרים גדולים מסטרא דשמאלא והם המתעוררים את האדם לרדוף אחר תאות גופניות, אחד משכנו על תנוך אוזן הימנית והוא הגדול, והבינוני על בוהן יד הימנית, והקטן על בוהן רגל הימנית כו' אבל הזוכה לאשה כשרה כו' ועל ידי שאוחזת בידה בתנוך אזן בעלה הימני ובוהן ידו הימני ובוהן רגלו הימני בזמן שכוונתה לעורר אותו צריכה שתתכוון לבה בשעה שמחזקת באלו הג' סימנים שיסתלקו מעליו הג' שרים המעוררים התאוה שלא לשם שמים כו' ואלו הסימנים שמסר יעקב לרחל, ואמנם האשה צריכה להתחיל מהבהן הרגל שהוא הסימן התחתון, ואח"כ מבהן יד שהוא האמצעי, ואח"כ בתנוך אזן בעלה שהוא העליון, ובדרך זה מסרן יעקב לרחל. עכלה"ק.

דער בן איש חי ברענגט דאס אויך (בבא בתרא דף קכ"ג ע"א) אין נאמען פון חיד"א וואס ברענגט דאס טאקע פונעם חסד לאברהם וז"ל: דהסימנים היו כך, שתיגע בבהן רגלו הימנית, ובהן ידו הימנית, ותנוך אזנו הימנית עכ"ל, וע"ש מה שמרמז בזה עפ"י דרכו.

ועיין בקדושת לוי (פ' ויצא) שבתחלה כשנודע לו ליעקב שמסרה רחל הסימנין שנאה על זה, וכשנודע לו שכוונתה היתה לשם שמים אהבה יותר ע"ש. ועי' בתפארת שלמה (פ' מקץ ד"ה ויאמר יהודה) דמסירת הסימנין היה מטעם ערבות, ומבאר בזה דברי הזוה"ק דבשביל מסירת הסימנין ישמע ה' קולה ויאמר לה מנעי קולך מבכי, ובזכותה נזכה לגאולה שלימה בב"א.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/12/2005 07:34 לינק ישיר 

א גיט וואך אייך אלע פריינט
קודם אלטס והייתם נקיים מוז איך דא מתקן זיין וואס איך האב געשריבן אין די פריערדיגע תגיבה (וואס איך ווייס נישט פונקטלעך וואס דאס ווארט מיינט)אז איך האב שפעטער ארויפגעלייגט א פילטער ,וואס דער אמת איז אז איך האב אייביג געהאט א פילטער נאר איך פלעג קענען אריינגיין און די נארמאלע הייד פארק מיט די פילטער ,און א שיינעם טאג האט ער זיך מיישב געווען אז ער לאט מיך נישט אריין
עני וועי, צי דיר מורי ורבי קרעמער איך דארף דיך אזוי רופן מיר לערנן דאך פון דיר דברי תורה ,ווי אזוי כהאב פארשאפט מיין פעסווארט סאיז נישט קיין גרויסע קאפ שטיק איך האב נאכגעקיקט מיין אימעל ווי הייד פארק האט מיך געשיקט מיין פעסווארד וואס כהאב ב"ה נאך נישט געהאט דילידעט וכ"ו
אפשר קענסט מיר זאגן אפאר זאכן פון הייד פארק
ווער האט געמאכט הייד פארק ? קאסט דאס געלט פאר איינעם
? מאכט איינער געלט דערביי?וואס מיינט מסורת הייד פארק?ווער האט דאס געמאכט ,איז דאס די זעלבע איינגעטימער ווי די ארגענעלע?ווי אזוי ארבעט די זייגער דא אופן הייד פארק כמיין דעס וואס שטייט ביי יעדען אויף די לינקע זייט
וואס מיינט א רויטע פינטעל אזוי ווי ביי דיין שאלה פון די וואך איז דא?וואס מיינט א מנהל ?ווי אזוי ווערט מען א מנהל,וואס מיינט ווען סאיז דא א שלאס אויף די רעכטע זייט ? מיין רבי אין חדר האט מיך אויסגעלערנט ולא הביישן למד אז איך וועל נישט פרעגן וועל איך זיכער נישט וויסן ,אויב סאיז דיר נישט שווער זיי מוחל ענטפער מיר א תירוץ מסתם וועלן אנדערע יודען אויך הנאה האבן
יישר כח



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ~~~שאלות אויף פרשת ויצא~~~
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext