איך האב מער ווי דריי בילדער, אבער פאר א קעפל פון די בילדער פון בערעלעך אין די סעריע "מה רבו מעשיך ה'" איז דאס אויך גוט. א שיינע שווארץ און ווייס בער (איך מיין דאס הייסט א פאנדע).
ער האט דערזען מיין קאמערע... און מאכט פליטה
כאפט א טבילה פארן דאווענען
דאווענט ביים כותל
אביסל הערינג נאכן דאווענען...
בזיעת אפך תאכל לחם... ער הארעוועט שווער פאר פרנסה...
כאפט אריין א גלעזל ביר און רוהט זיך אפ נאך א שווערע טאג ארבעט
ווייזט אויס ער האט צופיל געטרינקען
קומט די מאמע זיינע, הייבט אים אויף פון דער ערד, לייגט אים אריין אין בעט, און גרייט אן די "טעדי מענטשעלעך" נעבן אים אויפן שענקל... זיסע חלומות!
כדי לסיים בדבר טוב.. א שיינע ווייסע בער
זייער שיין קרעמער לייג נאך אויב דו ווילסט, איך וויל זיכער
קליקט דעם ווידיאו אויפן בלעטל, צו זען וויאזוי א בער וויגט זיך איין צום שלאף:http://wcbstv.com/topstories/local_story_165214500.html