| נשלח ב-5/12/2005 21:59 |
|
| |
יארמער רב וועט בקרוב באזוכן די קרעטשמע
איך האס יעצט אראפגעלייגט די טעלעפאן מיטן רב זאל זיין געזונט, איך האב אים פארציילט אז מ'רעדט פון אים דא אין קרעטמע, האט ער מיר געזאגט, אז ער וועט בקרוב אפשטאטן א באזוך
כל זמן שצדיק בעיר, הי הודה, היא זיוה, היא הדרה...
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2005 22:00 |
|
| |
זאל ער אבער זאגן וואס זיין ניק איז?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 00:10 |
|
| |
נאכן אויסשטרעקן א ברייטן שלום עליכם פאר א נייעם גאסט, א נייער איד, וואס איז נארוואס אנגעקומען פון פאפא, פרעגט חיים חייקל דעם איד:
נו, וואס ברענגט איר עפעס גוטע נייעס?
דער "פאפא'ער איד" זאגט חיים חייקלן: יא, איך האב פאר אייך עפעס א גוטס, וואס כ'גלויב זיכער איך וועל אייך מחיה זיין!
נו וואס?
הערט וואס איך זאג אייך – זאגט דער פאפא איד - איך האס יעצט אראפגעלייגט די טעלעפאן מיטן [יארמער] רב זאל זיין געזונט, איך האב אים פארציילט אז מ'רעדט פון אים דא אין קרעטמע, האט ער מיר געזאגט, אז ער וועט בקרוב אפשטאטן א באזוך.
חיים חייקל דאנקט אפ דעם פאפא'ן איד, און זאגט אים:
טאקע א בשורה טובה! אויף אזאנס האב איך זיך טאקע נישט גערישט!
חיים חייקל טוישט קאלירן פון פון פרייד, און מאכט שטיל אין די קרעטשמע, בכדי מודיע זיין און לאזן וויסן דעם גאנצן עולם אלע קרעטשמערס די בשורה טובה:
רבותים חבירים: דא, נישט לאנג צוריק, איז געווען א געשפרעך וועגן עפעס א קעניג וואס האט אפגעשטאט א באזוך דא אין די קרעטשמע, און ס'געווען עפעס אזאנס און אזעלעכס...
אצינד, ווען עס ווערט ערווארטעט דא אין די קרעטשמע, דער פרייליכער שמייכילדיגער קעניג, וואס מיר אלע קרעטשמערס זענען דאך נישט מער ווי זיינע תלמידים, מיר פרובירן צו גיין אין זיינע פיס טריט, ארויף צו ברענגען א שמייכל אויף די לעפצן פאר אלע באזיכערס, צוקוקערס און צוהערערס, און צודערצו מיט א תנאי קודם למעשה פון קיינעם פארשעמען, וואלט דאך געדארפט די קרעטשמע פארן אויף טישן און אויף בענק?
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 00:53 |
|
| |
א בחור'ל בין איך דאן געווען. א פורים ביינאכט, מיין חבר זאגט מיר, יאנקעל קום מיט מיר קיין פלעטבוש, יאנקעל מיללער גייט משמח זיין ביי א געוויסע צדקה ארגענאזאציע.
מיר קומען אן, דער זאל איז מלוא וגדוש מיט יאנקעל מיללער ליעב-האבער.
מען ווארט, מען ווארט און מען ווארט נאך אלץ.
דער ארגאנעזירער, א ליטווישער צו א יעקער איז געקומען צום מייק אלע 15 מינוט און געזאגט ער האט גערופען ער איז באלד דא.
מיר ווארטען דריי שעה, דער עולם איז אומגעדולדיג. והבחור איננו.
צום סוף איז דער טשערמאן געקומען צום מייק און מיט טרערען אין די אויגען געזאגט אז ער האט אונז דא מיאוס אויסגעשפילט און יעדער איז זיך צוגאנגען.
איך בין אים דן לכף זכות אבער ווארטען אויף אים דאס בלא.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 02:20 |
|
| |
איך שטיי אינגאנצן אפגעפאטש. דער גרויסער ווילדער שמייכל וואס האט אויגעצויגן מיינע לעפצן פאר די לעצטע פאר שעה ציט זיך צעביסלעך צוזאם. די שווייס פון מיין קערפער וואס האט העפטיג געארבעט אנצוגרייטן די קרעטשמע פארן 'יארמער רב' טריקנט זיך אויס. איך בין אן אויסגעשפילטער.
פארשעמט אין די זייט אויף דער ערד ליגט דער גרויסער סיין וואס כ'האב ממש איצט געוואלט אויפהענגען ביים מזרח וואנט. פארשעמט אין די זייט לעבן פרידזשערעיטאר ליגן די קאלטע משקה וואס כ'האב באשטעלט אויפן באזוך. פארשעמט שטייט דער גאנצער ציבור וואס איז הערשט ביז א מאמענט צוריק געווען אזוי הייפער צום וויזיט.
נאטורליך; ביזט זיכער ער קומט נישט????...
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 02:41 |
|
| |
יענטאש, גיב אים כל הכבוד, מאך פאר אים כל הטורעס.
מיין נישט מיר זענען צוקריגט, ער רעדט צו מיר פער דו (אז איך הער זיין קאסעט אין דער קאר) אבער איך אויף ווארטען? לא מיט אן אלף.
ווען די וואלסט געזעהן די זויערע פנימ'ער יענעם פורים וואלסטו מיך פארשטאנען.
נאכאמאהל, איך בין אים דן לכף זכות, זיכער איז ער געווען א אונס. קען דען זיין א רב זאל מצער זיין אזויפיל אידען?
נ.ב. איינער א לץ וואס גיט זיך אן אלץ יאנקעל מיללער האט מיר אריין געשיקט א איבערבעטינגס בריוו אין אימעיל, און איך גלייב אים זאפארט.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2005 02:45 |
|
| |
איך קען זיך פארשטעלן נאטורליך, עטס האטס מן הסתם אויסגעזען בערך -אדער נאך ארגער- ווי איך האב עס פרובירט אראפצושרייבן דא.....
|
|
|
|
|