איך בין נישט ביי מיר
יא יא איך בין נישט ביי מיר.
איך האב מיר שוין צאם געציפט צו זעהן אויב איך חלום אדער איך בין טאקע אויף, איך קען נישט גלייבן וואס איך זעה דא.
בערך א דריי א פערטל יאר צוריק פלעג איך זיך דא אפט ארום דרייען, און אויך אפאר מאל שרייבן, עס האט נאך דעמאלס געהייסן "היימישע שטותים".
איך פלעג דעמאלס צופיל זיצן אויף הייד פארק און טאקע אויף דעם פורם, און עס האט זיך דערקענט אויף מיין ארבעט און מיין בעל הבית האט מיר אפגעהאקט מיין אינטערנעט און איך האב מער נישט געקענט זעהן וואס עס טוט זך דא.
פאר א צייט צוריק האב איך געטוישט דזשאב, און דא האב איך שוין ענדליך אינטערנעט, און איך ביי מיין ערשטע געלעגנהייט בין איך ארויף געקומען דא אויפן פורם, און איך זעה א אנדערע נאמען, אנדער מנהל, אנדערע מנהלי משנה, וואס גייט דא פאר?
עס איז געווארן אזא געשמאקע פורם, אזאלעכע פיינע שרייבערס, אזעלכע פיינע איטערעסאנטע אשכולות,
די פראבלעים איז נאר אז ביי די נייע דזשאב האב איך נישט צופיל צייט צו ליינען און נאך ווייניגער צייט צו שרייבן.
אזוי ווי יעצט האב איך יא אביסל צייט צו שרייבן, וויל איך מיר באדאנקען פאר אלע שרייבערס כל אחד בשמו יבורך, פאר די אלע ארבעט וואס איר לייגט אריין דא.
פאר דריי שרייבערס פיל איך אז איך מיז מיר יא עקסטער באדאנקן, און דאס זענען ווי פאלגענד.
קודם מר. קרעמערץ וואס פון די אלטע אשכולות האט מיר אויסגעקוקט אז ער איז געווען דא מנהל. ווי איך זעה האסטו אריין געלייגט אסאך כוחות אין דעם פורם.
און דערנאך נאטורליך. דיינע תגובות האב איך גראדע יא געליינט ווי די ווייסט האט זיך עס ארום געדרייט אין רוב קאנטריס, און די האסט מהנאה גווען אסאך אידן דערמוט.
און דערנאך אונזער ראש הקהל יענטאאש, פאר דיינע געשמאקע ארטוקלעך.
דער אייבישטער זאל העלפן אז איר זאלט אלע האבן הצלחה און ענקער ארבעט, און מאכן אסאך געלט, און קענען מהנאה זיין אלע ליינערס.
 |
|
|