גענוג געווען! עד כאן! ~א בליץ-פיקעטינג ~
הייד פארק, קרעטשמע – "די פאראייניגטע יוניען פון קרעטשמע באזוכערס", באקאנט אין זייערע גויאישע בוכשטאבן .U.U.O.K.V (יונייטעד יוניען אף קרעטשמע וויזיטערס ), גרייטן זיך אין די טעג ארויסצוקומען מיט א שטורעמישער פראטעסט, אנטקעגן די לעצטערע געשעענישן פון וואס דאס יהדות הקרעטשמע ליידט זיך לעצטענס אן.
ווי באקאנט, טוען זיך לעצטענס פילע קרעטשמע באזוכערס באקלאגן, אז ווען נאר זיי האבן אביסל פרייע מינוטן בעצם היום און זיי פאלן אריין אין די קרעטשמע זיך צו דערקוויקן דאס הארץ, באגעגענען זיי זיך אלעמאל אן מיט די פוסטע ווענט און ליידיגע טישן.
דעריבער איז מיט פרייד אויפגענומען געווארן, צווישן די פילע באזוכערס, אז נאך פילע באראטונגען איז באשלאסן געווארן צו גרינדען דעם יו. יו. או. קעי. ווי. וואס וועלן זיך ספעציעל באפאסן און אפגעבן מיט דעם פראבלעם.
אלס דעם ערשטן נויטיגן שריט וואס פעלט זיך אויס, האט די קאמיטע אנגענומען דעם פארשלאג פון ארויסקומען אין די עפענטליכקייט, און אפעלירן צו די פילע באזוכערס אז זיי זאלן זיך גרייט מאכן צו צו די קומענדיגע מעלדונגען, וואס וועט גאנץ אינגיכן ארויס קומען צו די ברייטן פובליק.
אלס ערשטער שריט וואס מוז צוליבן צורך השעה, צוליב'ן עמערדזשענסי, באלד געטוהן ווערן, ווערט געמאלדן פון די אפיס פון יו. יו. או. קעי. ווי. אז עס קומט פאר, אט יעצט ממש אין די מינוטן, א בליץ-פיקעטינג דא אין די קרעטשמע.
א ווארטזאגער פון די ארגעניזאציע גיבט איבער: אז כאטש וואס מיר ווייסן אז אויפן מומענט וועט דאס קיין סאך נישט אויפטוהן, אפצושרייען דעם פארבלעם, אבער פארט אז:
עס טוהט וויי שרייט מען...
פאלגט נאך די ווייטערדיגע מעלדונגען
 |
|
|