בית פורומים היימישע קרעטשמע

גרויסע פארברייטונג צו ניטל אין קרעטשמע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/12/2005 17:29 לינק ישיר 

קנאי;

ווען דו ביסט פארטיג מיטן טעיפ, שיק עס מיר אריין - זיי מוחל - איך האב עס נאכנישט געהערט. יישר כח!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/12/2005 18:49 לינק ישיר 

דער א ספר "ניטל ומאורעותיו" האט מען גע'אסר'ט ווייל עס האט געהאט א R רעיטינג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 19:32 לינק ישיר 

איבער לערנען ניטל:

איך וועל מיך נישט אריינלאזן דא אין די טיפע סוגיא וואס אסאך טינט זענען שוין פארגאסן געווארן דערויף. איך וויל נאר ארומרעדן איבער א צווייטע נושא:

לערנען חסידישע ספרים:

עס זענען דא מקומות וואס מ'לערנט דוקא יא אין חסידישע ספרים, וטעמם ונימוקם עמם:

ווי באוויסט איז איינע פון די עיקר דיפרענצן צווישן חסידים און נישט חסידים, בנוגע תורה. ד.ה. נישט חסידים האלטן אז דער עיקר פליכט אויף די דאזיגע וועלט איז די הייליגע תורה. א מענטש וואס זיצט און לערנט א גאנצן טאג איז א אדם השלם, ער טוט וואס פון אים פאדערט זיך.

חסידים האבן נישט אזוי געהאלטן. ביי חסידים ווייסט מען אז דער עיקר אויף די דאזיגע וועלט איז צוצוקומען צו שלימות דורך דביקות (איך וועל נישט מעריך זיין אין אזעלכע טיפע ענינים), און דביקות קען מען נאר צוקומען דורך לימוד התורה און קיום המצוות, אבער תורה אליין איז נישט קיין ציהל, נאר א מטרה צוצוקומען צו דעם ציהל.

ניטל איז אראפגעקומען א טמאה אויף דער וועלט, און דערפאר מוזן מיר זיך אנשטרענגן אראפצוברענגען וואס מער קדושה. דערפאר דארפן מיר זעהן צו זיין וואס מער דבוק אין באשעפער. דעריבער האט מען מתקן געווען אז מען זאל נישט לערנען נאר זיך אריינלייגן אין דביקות.

(אמר הכותב: אויב דאס איז טאקע די סיבה, האלטן מיר גאנץ שמאל!)

דערפאר זאגן זיי אז חסידישע ספרים מעג מען לערנען, ווייל זיי רעדן בעיקר ארום אין זאכן וואס איז נוגע דביקות. דאס שטערט נישט צום מטרה.

דער ליובאוויטשער רבי ז"ל איז געווען ברוגז אויף די וואס זאגן אזוינע סברות ער האט גע'טענה'עט אז חסידישע ספרים עיקר תורה הן.

בנוגיע מעשיות, איז אויך דא מצדדים לכאן ולכאן, אבער נישט פאר יעצט, אפשר א צווייטע מאל וועט מען מער מאריך זיין איבער דעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 19:49 לינק ישיר 

rebmechel

ווען עס וואלט געהאט אן R רעיטינג וואלט גוט געווען... עס איז געווען UNRATED...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/1/2006 23:51 לינק ישיר 

שוין מיט אריבער א מאנאט בעפאר ניטל איז קרעמער ארויס געקומען מיט א מעלדונג איבער די 'גרויסע פארברייטונג צו ניטל אין קרעטשמע'.

למעשה איז ניטל אנגעקומען און אוועקגעגאנגען און גארנישט האט פאסירט.

ס'איז אריבער די רוימישע ניטל, די פראטעסטאנטישע ניטל, דער זעקסטער דער זיבעטער, און 'אין קול ואין עונה'...

אפשר האב איך עפעס פארפאסט דא?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > גרויסע פארברייטונג צו ניטל אין קרעטשמע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext