רעד וואס די ווייסט, אז נישט Shut up
ממש יעצט קום איך פון קאר ווי כ'האב אריינגעכאפט אביסעל פון ר' ברייען לעהרער אויף WNYC. די שמועס האט מיר דאסמאל געכאפט מער ווי אלעמאל, ווען כ'האב געהערט די אינטערוויו איז מיט Lindsay Moran. צוויי חדשים צוריק האב איך פערצופאל געליינט איר בוך: Blowing My Cover: My Life As a CIA Spy
דער בוך'ס נאמען איז אינטערעסאנטער פון איר תוכן. ס'איז מער איבער My Life ווי ס'איז איבער א CIA Spy, בעסיקלי א באשרייבונג פון איר טרענינג אין די סי. איי. עי, און וויאזוי זי האט אפגעלאכט פון אירע קאלעגאס און זייער קינדערישע רייץ צו זיין א שפיאן (און וואס טיט זיך מיט איר?...) ווי אויך א קליין ביסעל פון אירע לעבן אין די באלקאן לענדער, ווי זי איז געווען סאנציאנירט. בקיצור: ס'האט נישט וואס צו פארקויפן!
ווען זי האט געדינט אין די באלקאן לענדער (גריכלאנד, ארמעניע ועוד) איז עס געווען א הייסע געגענט פאר אמעריקע. ווער געדענקט די קאסאווא קריג? אבער צו איר אנטושונג האט זיך,נאך 911, די ציל פארקירעוועט קיין מיטל מזרח. און ווען זי האט מיטגעהאלטן די געשענישן אין נ.י. און אין וואשינגטאן (דורך איר פאמיליע, נישט פון לאנגלי...) האט זי תיכף פארשטיינען אז זי געפינט זיך אין די ראנג פלעיס... און פונדעם וועט זי קיין פרנסה נישט מאכן. (דאס שרייבט זי נישט, ס'איז בלויז "מיין" אבזערוואציע) כ'אטש זי שילדערט ווי זי האט גענישטערט פאר על קאידא שפורן אין ארמעניע.... אין זי זאגט אז אירע אויבערהארן האבן פארקוקט די אוצרות וואס זי "וואלט" ווען געקענט אנדעקן דארט... דאך איז איר קלאר געווארן, אז זי איז שוין נישט אין צענטער פון די שאוי.
נו? פארדעם זאל זי נישט ארויסגעבן א בוך?....
אין איר בוך זאגט זי אז זי איז אלעמאל געווען גענויגט צו לינקס. סאוי, די רעסעפי איז קלאר. א ליבעראלער געוועזענע שפיאן (קעיס אפיציר, פארדאן...) וואס איז געווען אומסוקסעספול אין איר קאריער שפינאזש קען פארט גרינג מאכן א קאריער אין זשורנאליזים, פארשטייט זיך אויב זי וועט אטאקירן די אדמיניסטראציע'ס פאליסיס. כ'אטש בלויז די לעצטע עטליכע זייטן רעדט זי פון איראק און וויאזוי זי האט קוראזשפול זיך ארויסגעצויגן פון די אגענטור, אבער אין איר אויפטריט האט זי מער גערעדט פון ענינים העומדים על הפרק.
זייענדיג זעלבסט גענויגט צו לינקס קען איך פארשטיין די טענות איבער אדמיניסטראציע'ס מאנעווערס בשייכות מיט די איראק מלחמה.איך האב אבער א פראבלעם מיט לינדזי אין ס'סאיז דאס זעלבע ווי מיין פראבלעם מיט די בוש אדמיניסטראציע. דהיינו: ס'איז אפשר ריכטיג וואס זי זאגסט, אבער צו דיין באדויערונג האסטו נישט די אינפארמאציע דאס אונטערצושטיצן.
בלויז ווייל זי האט געארבעט אין די סי. איי. עי. מאכט איר נישט אוטומאטיש אן עקספערט אויף די איראק'ע קעיס. אויב מיין זכרון דינט מיר, קומט די גאנצע אינפארמאציע אירע איבער איראק פון שמוסען וואז זי האט געכאפט מיט קאלעגאס איז די קאפיטיריע; שמועס'ן בשעת'ן זיפן פין א הייס גלעזעל מאכט איר פאר א גאר שוואכע מקור פאר קריטיק.
עמיצער וואס ליינט צייטונגן און האלט מיט וואס ס'טוט זיך אויף דער וועלט, וואלט געקענט אהערשטעלן אזוינע אבזערוואציעס איבער די איראקע טעמע וואס ווערט ברייט אויסגעקאכט אין די מידיא. זי האט גארנישט מחדש געווען מכח איר פערזענליכע לעבן אין די סי. איי. עי.
איך האלט אז אזוי אינטערוויו איז אן אנגריף אויף די אינטעלעקט פון די אודיענץ.
אנטשוליגט מיר מיין אידיש.
 |
|
|