| נשלח ב-21/12/2005 01:30 |
|
| |
מקורות פאר מנהגי ישראל
מנהג 1
אין אלע אידישע פלעצער איז איינגעפירט אויפצוהייבן דעם חתן ווען ער קומט אריין אין זאל.
האט דאס א מקור? איז דאס נאר ביי אידן?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2005 01:35 |
|
| |
אז דו זוכסט מיר וועל איך ענטפערן
איך בין נאך קיינמאל נישט געווען ביי א נישט אידישע חתונה, און חוץ מזה דארף מען דערגיין די מנהג צו דאס דארף זיין דוקא מיט א בענקל אדער איז דאס גוט מיט די פלייצע אויך?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2005 01:44 |
|
| |
איך אויך נישט - ברוך השם.
אבער עס דאכט זיך מיר אז ביי די גוים איז אויך אזוי איינגעפירט, אזוי געדענק איך פון עפעס א פילם.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2005 16:17 |
|
| |
איך בין נעכטן געווען אויף א חתונה, האב איך געפרעגט איינעם פון די עלטערע אידן וואס זענען אנוועזנד געווען אויב אין זיינע צייטן פלעגט מען אויך אויפהייבן דעם חתן אויף א בענקל אריינקומענדיג אין זאל, און ער האט מיר געענטפערט אז מען פלעגט דאס נישט טאן!!!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2005 20:04 |
|
| |
צום אלעם ערשטן שלום עליכם אלע ליינער שי'.
איך בין שוין ביי אייך אן אלטן ליינער, נאר נישט האבענדיג די מעגליכקייט צו שרייבן האב איך דאס נישט געטאן.
יעצט בנוגע צום גערעדטן ענין:
איך כשלעצמי האב געפרעגט צוויי פון מיינע זיידעס און זיי האבן געזאגט אז אינדערהיים האט מען אויך אויפגעהויבן דעם חתן.
עס איז באוויסט דער חילוק צווישן חסידים און נישט חסידים. אז ביי חסידים הויבט מען אויף דעם חתן אויף א בענקל, און ביי די נישט חסידים הויבט מען אויף דעם חתן אויף די פלייצע.
איך וועל צוענדיגן מיט א ווינטש פאר אלע אלטע בחורים וועלכע דרייען זיך דא (און איך ווייס אז עס זענען דא), אז בקרוב זאל מען זיי קענען אויפהייבן אויף א בענקל אדער אויף די פלייצע.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2005 22:50 |
|
| |
איך וויל נישט מחולק זיין מיט שייןהויך
אבער ער שרייבט אז די חיליק צווישן חסידים אוןנישט חסידים איז מיטן בענקל-פלייצע,
דאס איז נישט ריכטיג ווייל איך בין געווען ביי פלענטי "חסידישע" חתנות [טאקע די וואך אויך] אין מ'האט אויפגעהויבען די חתן אויף די פלייצע.
מיר דאכט זיך אז עס איז נישט קיין שום חילוק,
דארט ווי עס איז דא א קאזין אדער פעטער וואס איז גרויס געבויט און ער האלט אז ער קען האלטן די חתן אויף די פלייצע [אפילו ער ברעכט זיך שיעור איבער] דאן הייבט ער אויף די חתן אויף די פלייצע,
ווייטער טאמער עס איז דא אפאר לעבעדיגע חבירים און רייסען אהין מיט א בענקעל און הייבען אים ספאנטאן אויף, דאן איז ער אויף א בענקעל.
הכל כמנהג......
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2005 00:38 |
|
| |
משה וואלף עס ווענט זיך אויך ווי אזוי דער חתן קיקט אויס דהיינו 350 פינט
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2005 16:07 |
|
| |
דער אמת'ער מנהג איז אויפצוהייבן דעם חתן אויף די פלייצע, נאר וויבאלד פאר געוויסע שמעקט עס עטוואס אומאיידל, הייבט מען אים אויף אויף א בענקל.
ווען איך האב געשריבן חסידים און נישט חסידים, האב איך נישט געמיינט דוקא, נאר דרך כלל שטעלט זיך אויס די נפק"מ צווישן חסידים און נישט חסידים.
והא ראיה: ביי רעבישע חתונות וועט מען קיינמאל נישט זעהן אז מען זאל אויפהייבן דעם חתן אויף די אקסל, אבער אויף א בענקל יא
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2005 09:00 |
|
| |
איך האב ב"ה זוכה געווען זיך צו דערמאנען דעם מקור פון דעם מנהג ישראל אויפצוהייבן חתן כלה ביי די חתונה.
עס איז א מפורש'ע גמרא אין מסכת כתובות דף י"ז ע"א אז דער אמורא רב אחא פלעגט אליינס אויפהייבן די כלה!! (ע"ש מה שאמר לתלמידיו, ובבן יהוידע כתב שהגביה הכסא ע"ש).
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2005 09:03 |
|
| |
ווייזט אויס אז די דייל ארויף גיבט דיר מער צייט צו טראכטן...
................
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 18:16 |
|
| |
come on if you dont know your stuff you end up mixing minhag & halacha mitar & usser min hatora & derabono shilchan aruch & taamei haminhagim use common sense & open a likutei maharich once in a while or a "seder hayom" or levush or avudreham ?what else has to do with minhag ?to shmaas ariber the tzitzis while bathing children ? to use a tissue for the nails & not a napkin ?? that a havdula is flat & not round ?that you cant eat on shabbos on metal chairs only on wooden ones ?that the 10 breklach on bedikas chometz cant be chumetziga matza ?that fish zaft has to be farglivert ?that an umbrellas handle should be curved & not straight
|
|
|
|
| נשלח ב-28/2/2006 19:10 |
|
| |
צו-דער-זאך בלע"ז;
עס שיינט מיר ווי דו האסט שוין געטאן צו דער זאך און געמאכט א לחיים אויף א כוסה, און טאקע א גרויסע לכבוד ראש חודש אדר.
איך האב אבער פאר דיר גוטע נייעס: אויפן קאלענדער איז נאך יעצט ל' שבט, גיי רייב זיך אריין אביסל זאלץ און אויל אין די פויסטן אויסצואוועפן די שיכרות עכ"פ אויף ביז ביינאכט (די רפואה איז גענומען פון פרק במה אשה אין מסכת שבת, עס מוז נישט זיין אז עס ארבעט היינטיגע צייטן, אבער עס שטערט מיר בכלל נישט אז "טו-די-טינג" זאל זיך ארומדרייען מיט זאלציגע אויל פארשמירטע הענט היינט א גאנצן טאג).
|
|
|
|
|