|
|
| נשלח ב-20/1/2006 02:03 |
|
| |
עס דרייט זיך ארום א שמועה אין דערפל אז דער גראף מיט יאנאש האבן זיך פארגליכן פריוואט איבער א סכסוך וואס זיי האבן געהאט אין א דערנעבנדיגע דערפל.
אומבאשטעטיגטע קלאנגן לויטן אז דער גראף האט זיך אראפגעלאזט צו יאנאש און אים איבערגעבעטן, נישט ווילענדיג אז דער עפיזאד זאל פארוואנדעלט ווערן אין א גרויסע טראסק וואס קען שאטן דעם גראף ביי די בעפארשטייענדיגע וואלן וואו דער גראף האט יעצט א שמאלע מערהייט אין די פאולס.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 07:55 |
|
| |
יו גייס, איי קען אנלו טעל יו וואן טינג, דיס גראף היר איז ריללי עי נייס מען.
באמת חברה.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2006 16:05 |
|
| |
חברה, איך קען אויך נאר באשטעטיגן די זעלבע זאך, אז דער גראף איז באמת א פיינער מענטש 
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2006 18:08 |
|
| |
איך מוז נאך פארציילן מערערע פרטים, אבער איצט בין איך עטוואס פארנומען אבער בלי נדר איך וועל נאך פארציילן.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2006 18:11 |
|
| |
אה יאנאש, וואס מאכסטו? מיט וואס ביסטו ביזי? דער עולם איז דאך נאכנישט דא היינט געהעריג?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2006 18:23 |
|
| |
ווען איכ'ל פארציילן די פרטים וועסטו שוין אלעס פארשטיין.
איך מיין אז איך האב א באמבע גאססיפ, ברויך נאך קאנפירמען, אין איבער קלערן צו איך זאל מיך דא אנהייבן מיט דעם יעניגן.
פרטים טא קאם
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2006 18:32 |
|
| |
אויב דו רעדסט פון מיר, פליעז הייב זיך נישט אן מיט מיר...
אנדערע? GO AHEAD!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2006 18:34 |
|
| |
גראף מיט וויס איך אז מען טאר נישט אנהייבן,
אבער איך רעד בכלל נישט פון דיר, איך רעד פון קרעמער.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2006 03:52 |
|
| |
איצט אז איך זעה אז איז אזוי שטיל דא, קען איך מיך אוועק שטעלן אין א ווינקל און פארציילן עטוואס מער פרטים פון אונטער די קוליסן וואס עס איז פארגעקומען צווישן דעם פראסטן יאנאש אינעם הויכגעשעצטן גראף יר"ה.
ווי איר האט שוין געליינט אויבן, האט קרעמער באטשי (פון וואו ער האט זיך אלעס דערוואוסט ווייסט איין באשעפער(און נאך מענטשן)) שוין פארציילט אויף שפיץ גאפל, אבער אונז וועלמער עס מער מרחיב זיין.
אנגעהויבן האט זיך דאס מיט א פשוט'ע ווערטער אויסטויש אין אן אומשולדיגן אשכול, דער גראף האט עפעס געזאגט, אין יאנאש האט געענטפערט.
אבער פון יאנאש'ןס ענטפער האט דער גראף (IQ?) אפגעמאכט אז יאנאש טוט פארמאגן נאך אן אויבערראק (ניק בלע"ז) וואס יאנאש נוצט אין עטליכע ארומיגע דערפער.
נא, אוודאי האט יאנאש נאך עטליכע פאר וועש זיך אמאל איבערצוטאן, מען קען דאך נישט אריינגיין איבערראל מיטן זעלבן אנצוג מיט וואס מען גיסט, טיילט, זויבערט, דא אינעם קרעטשמע, עס קען אמאל חלילה האבן אן אומבאטאמטן גערוך.
אבער, יאנאש מוז דאך נישט אויסשרייען הויעך אויב די אנגעוויזענע שמוציגע אויבערראק באלאנגט צו אים, עס איז דאך פשוט א ביזיון ת"ח מודה צו זיין, איז וואר???
וויל דאך אבער דער גראף יא וויסן אלעס וואס פארלויפט אין אלע זיינע גיטער, האט ער געפאדערט א זאפארטיגן ענטפער, און אויב נישט פארלירט יאנאש זיין פאסטן.
האט יאנאש געענטפערט בזה הלשון "אז דער גראף וויל דווקא קען ער עס מעלדן אינעם אשכול קרעטשמע גאססיפ און מען וועט זעהן פון דארט ווייטער, אבער דער גראף זאל בעסער האבן גענוג גוטע פרוף ווייל עס קען ווערן הייס" עכל"ק פון יאנאש'ן פארן גראף.
האט דער גראף געענטפערט בזה הלשון "דו ווייסט אז איך גלייך נישט קיין היץ, דערפאר שטיי איך ווייט אוועק פון אלע סארט פאליטישע אשכולות (יא! מעגסט מיר גלייבן אויפן ווארט).
עס זענען געווען צייטן וואס מיין בלוט דרוק פלעגט ארויפגיין צוליב חדשות אנ"ש, ווען מענטשן פלעגן זיך טענה'ן און פערזענליך שטעכן הין און צוריק.
איך מיין אז עס וועט זיין רואיגער פאר מיר (אפשר פאר דיר אויך) אז איך וועל אראפשלינגען די גאנצע זאך, און נישט מאכן קיין עסק דערפון.
ביסטו מסכים? אדער ווילסטו אז עס זאל זיך יא "טאן"..."
נא חברה, וואס מיינט איר האט יאנאש געענטפערט??? "אז פארן גראף איז מער ניחה אזוי, מי אנכי צו זאגן אנדערש".
און געמיינט האט יאנאש אז מיט דעם האט זיך די זאך געשלאסן, אה קיינמאל, דא האט זיך עס הערשט אנגעהויבן.
יאנאש האט פריער יענעם טאג געשמועסט אין קרעטשמע אז אפשר גייט ער בעטן א "רעיס". און געבליבן איז אז עס קומט פאר יאנאש א רעיס, האט יאנאש זיך אנגערופן אז קודם וועט ער זיך אריבער כאפן אינעם נעבענדיגן דארף, ווייל ווי ער געדענקט איז אמאל אדורכגעשמועסט געווארן דאס גאנצע רעיס געבעטאכץ, וועט יאנאש זיך איבערטון דעם כאלאטל און זיך פארטיפן אין די ארטיגע ביכער.
זעהט אויס אז דער גראף איז פונקט דארט געשטאנען, נא האט דאך נישט אויסגעפעלט מער, ער האט אנגערופן איינע פון די טויער וועכטער פון יענעם שטעטל אז מען זאל היינט זיך נעמען אדורך בליקן איעדעמ'ס פאספארט, און אפיר קראצן דעם אלטן קאנסטיטאציע וואס שרייבט אז ווער עס מעלדט זיך נישט איין פאר די ארטיגע רעגירונג כאטש איינמאל אין צוויי וואכן פארלירט די וויזע אהין, (וואס דאס איז אגב גאר א פיינע אמענדמענט, ווען מען פארסירט דאס אלס).
פארשטייט זיך אז מען האט פארמאכט עטליכע פון יאנאש'ס וויזע'ס אזש יאנאש האט געמוזט אריינקריכן פון פארשידענע אינטערטירן.
האט אבער דער פיינער גראף דאך נישט געוואלט וויי טון א אידן האט די גאנצע סומעטאכע אנגעהאלטן אינגאנצן 10 שעה.
פרעג איך אייך טייערע אידן, איז דען דער גראף נישט א פיינער מענטש???
תוקן על ידי - יאנאש - 23/01/2006 4:20:23
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2006 05:36 |
|
| |
מיר האלטן שוין אויף א מדריגה - מורי ורבותי - אז יאנאש רופט אן יענעם ניק וואס מיר האבן חושד געווען אלס איינע פון זיינע (וועמען ער רופט אן זיין "ברודער" אין א תיבה אישית געשפרעך) מיטן שיין צוגעפאסטן נאמען: "שמוציגע אויבערראק"!
ווען דער עולם וואלט געוואוסט (און עס איז נישט אויסגעשלאסן אז אסאך פון אייך האלטן מיט) פון וועלכן ניק עס האנדלט זיך דא, וואלט איר געשפרינגען פאר פרייד הערנדיג אז דער בעל הבית פון יענעם ניק (אדער זיין ברודער) איז מודה אז עס איז גארנישט קיין כבוד צו באזיצן די פעסווארד פון יענעם ניק. ווי זאגן חז"ל? עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה.
יעצט איז אזוי, מיר האבן דאך א כלל אז "הנחשד בדבר שאין בו צריך להודיע", וויל איך דא אויסקלאפן ברבים אז איך האב נישט קיין שייכות צו דעם וואס מען האט פארשלאסן איינס אדער מערערע ניקס פון אונזער באדינער "יאנאש"! ידינו לא שפכו את הדם הזה ועינינו לא ראו, איך האב נישט קיין שייכות לא מיניה ולא מקצתיה צו דעם גאנצן סעמאטוכע וואס יאנאש האט דא אפגעקאכט און אנגעשטינקן דערמיט דעם קרעטשמע אזש דער סמאוק דעטעקטאר האט זיך צופיפן מיט אומבאנומענע קולות.
יאנאש טייערער, געב מיר דיין קליינטשיגע פינגער, דא, נאדיר מיין קליינעם זרת'ל, און לאמיר ארויסגיין אין א ריקוד'ל: ריגעלע ריגעלע רוגז, מיר זענען (אפשר, אמאל) געווען ברוגז.. ריגעלע ריגעלע ריק, מיר זענען חברים צוריק...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2006 19:16 |
|
| |
טייערער גראף:
דאס וואס יאנאש האט אנגערופן דעם אויבערראק "שמוציג", מיינט נאך נישט אז יאנאש איז מודה אז עס איז באמת שמוציג, יאנאש האט זיך נאר באצויגן צום שמועס אין אישית, וואס דארט האט דער גראף עס אנגערופן שמוציג, קען יאנאש נישט מודה זיין אז עס זיינס.
צווייטנס, גלייבט נאך נישט יאנאש אז דער גראף איז נישט אינוואלווד, נאר היות יאנאש האט נישט קיין ראיות ברורות וועט מען עס מוזן לאזן אזוי.
ריגעלע ריגעלע.......
|
|
|
|
|