בית פורומים היימישע קרעטשמע

שאלות: קורץ און שארף

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/1/2006 22:38 לינק ישיר 
שאלות: קורץ און שארף

עס האבן זיך מיר אנגעזאמעלט עטליכע שאלות, ערנסטע און - להבדיל - שטותים, וועל איך זיי דא אויסלייגן, און זאל מיר דער עולם ענטפערן ביטע:

1. אין די סידורים שטייט ביי "ברכות זאגען פיר קינדער" די פאלגענדע זאכען: "מודה אני", "ראשית חכמה", "ברוך שם", "תורה צוה", "שמע בני", "תורה תהא", "ואתם הדבקים".

צוערשט וויל איך וויסן ווער עס האט מסדר געווען די פסוקים אדער בקשות צו זאגען יעדן צופרי?

צווייטנס, איז דאס טאקע נאר פאר קינדער?

דריטנס, מעג מען דאס זאגען פאר ברכת התורה? עס איז דאך דא דארטן פסוקים?

פערטנס, וואו שטייט "תורה תהא אמונתי"? עס איז נישט קיין פסוק אין ערגעץ (באמת איז "מודה אני" אויך נישט קיין פסוק, אבער דאס איז א הודאה אויפן צוריקבאקומען די נשמה, ווידער "תורה תהא" איז א בקשה, און מען לייגט דאס אריין צווישן פסוקים)?

פיפטנס, פארוואס זאגען אונזערע קינדער נישט "ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד"? (איך זאג עס מיט מיינע קינדער ווייל עס שטייט אין סידור, אבער זיי זאגען "מיין רבי/טיטשער זאגט עס נישט". איך קלער אז דאס איז א טעות, ווייל געווענליך זאגט מען דאס שטיל, מיינען די רבי'ס אז מען ברויך דאס נישט זאגען בכלל).

2. די "שש זכירות" וואס מען זאגט נאכן דאווענען, אויף וועלכן סדר זענען זיי אויסגעשטעלט?

אין איין סידור שטייט אזוי: 1. למען תזכור את יום צאתך מארץ מצרים כל ימי חייך. 2. זכור את יום השבת לקדשו. 3. רק השמר לך וגו'. 4. זכור את אשר הקצפת וגו'. 5. זכור את אשר עשה וגו' למרים. 6. זכור את אשר עשה לך עמלק.

דעם סדר פארשטיי איך זייער גוט, עס גייט לויט די סדר השנים, צוערשט איז געווען יציאת מצרים, דאן זענען מיר באפוילן געווארן אויף מצות שבת, דאן איז געווען מתן תורה, דערנאך האבן אידן דערצערנט אין מדבר, דאן איז פארגעקומען די מעשה פון מרים, און צולעצט די מעשה פון עמלק (און איך פיר זיך טאקע צו זאגען אויף דעם סדר).

אבער אין אנדערע סידורים זעה איך די סדר אזוי: 1. למען תזכור. 2. קבלת התורה. 3. עמלק. 4. מדבר. 5. מרים. 6. שבת.

אויף וועלכן סדר איז דאס באזירט? נישט אויף די סדר הפרשיות אין די תורה, און נישט לפי הזמנים?



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2006 22:42 לינק ישיר 

איך האב אויך צוויי שאלות פארצולייגן פארן עולם, ביידע האבן צוטאן מיט די סיטי באסעס...

1. וואספארא צוועק דינען די בודקעס וואס זענען אריינגעבויט אין דער ערד לענגאויס די גאסן וואו דער באס שטעלט זיך אפ, בעת דער באס שטעלט זיך געווענליך אפ מיטן מאפלער צום פאדערשטן עק פונעם בודקע און אלע רייזענדער ברויכן צושפרייזן אנדערטהאלבן בלאק ביזן נאז פונעם באס?

2. דער באס שטעלט זיך אפ ביי זיינע באשטימטע געסלעך, פארט ער "לאקאל" שטעלט ער זיך יעדע פאר גאסען, פארט ער "לימיטעד" שטעלט ער זיך נאך פינעף אדער צען גאסן, אלזא וואס איז דער ציהל פון דעם "STOP REQUESTED" באטען וואס מענטשן דרוקן ווען זיי ווילן אפשטייגן?

די צווייטע שאלה איז אויך גילטיג ביים "וויליאמסבורג-בארא פארק באס" וואס שטעלט זיך ממילא אפ אויף יעדע גאס לענגאויס 49 אדער 50, ליע אדער בעדפארד, אלזא וואס איז דער פשט פון דעם וואס מענטשן דרוקן דעם באטען (און פון דעם וואס די קאמפאני לייגט ארויף אזא באטען אויפן באס)?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/1/2006 03:16 לינק ישיר 

גראף פאר דיר האב איך נישט ביזדערווייל א רעכטע תשובה.
כ'על טראכטן.

קרעמער, פאר דיר יא !

1) די בודקעס זענען נישט אזוי ווייט געמאכט געווארן פאר די עצם באסעס ווי פאר די מענטשן, דער באס האט סייווי א סטאפ דארטן צי ס'יז דא א בודקע צי נישט.
די מענשן האבן נאר דעם בענעפיט זיך צו שיצן פון רעגן און זון.
נאך א ציהל, און אפשר די הויפט ציהל, איז די אדווערטייזמענטס דערויף. די באס קאמפאני מאכט מיליאנס פון דעם.

2) דער באס דרייווער געווענליך קוקט אויפן באשטימטן סטאפ צי ס'יז דא דארטן מענטשן וואס ווארטן, אויב נישט פארט ער ווייטער (אה"נ אינמיטן טאג איז כסדר דא מענטשן, אבער ווען דו פארסט ביינאכט וכדו' קענסטו מערקן אז ער סטאפט בכלל נישט אויב קיינער ווארט נישט דארט). און טאמער איינער וויל יא "אראפגיין דארטן דארף ער פארלאנגען א סטאפ, אז נישט פארט ער ווייטער.
הוי אומר אז די בענדלעך וואס פארלאנגן א סטאפ זענען געמאכט געווארן פאר :
ביינאכט,
ליידיגע סטאפס.


... קרעמער לעבן איך האב דיר אפגעםרעגט צוויי קשיות זיי מוחל
ענפער מיר א תירוץ....

טשעק דיין אישית



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2006 03:24 לינק ישיר 

אה אויף אזא אשכול ווארט איך שוין לאנג.
משנה למלך דיינע תירוצים לייגן זיך גאנץ אויפן שכל, בפרט די אדווערטייזמענטס אויף די באס סטענדס.

איך האב אויך א שאלה.

וויאזוי קען זיין אין די ביזנעס דירעקטארי זענען די צאל בלעטער פון די "וויליאמסבורג" ליסטינג, פיל מער ווי די צאל פון די "וויליאמסבורג ביי סטריט" ליסטינג ??
עס שטייט דאך די זעלבע זאך נאר אנדערש אויסגעשטעלט ניין ?
פונקט ווי איך ווער אויסגערעכנט ביי ביידע, ווערסטו אויך, און אזוי יעדער איינער ?.?

אתמהה ?



תרתין ועשרין שנין וואס איך באלמוטשע זיך מיט די אומפארענפערטע קשיא,
ואין פותר אותו !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2006 05:26 לינק ישיר 

משנה למלך;

יישר כח פארן פרובירן צו ענטפערן, אבער דערווייל מיין איך אז די קושיות זענען קאי וקיימי, גארנישט פארענטפערט.

1. די בודקעס זענען טאקע געשטעלט געווארן למחסה ולמסתור מזרם וממטר, אבער געוואלד, פארוואס שטעלט זיך דער סיטי באס אייביג אפ א מייל פארנט פונעם בודקע? איך שטיי אונטערן בודקע, פארוואס ברויך איך צוגיין דעם עקסטערן מייל ביזן פאדערשטן טיהר פונעם באס (דאס איז מעשים בכל יום! נישט קיין גוזמאות).

איך וועל דיר אבער יא זאגען א שטיקל תירוץ, ווייל ווען מען האט געבויט די בודקעס, זענען די באסעס געווען איינצעלנע, דערפאר איז די נאז אויסגעקומען פונקט ביים בודקע, אבער היות עס איז אכשיר דרי, און היינט פארן שוין די באסעס פער צוויי (חברותא), באהאפטן איינס צו די אנדערע כידוע, דערפאר קען דער באס זיך נישט אפשטעלן ביים בודקע, ווייל דאן וועט זיין הונטערשטער חלק שטערן דעם טראפיק ווען די קארן וועלן נישט קענען אדורכפארן ביים אונטערסעקשן.

אבער... די קשיא איז נאך אלץ נישט אינגאנצן פארענטפערט, ווייל טיילמאל וועט איר זעהן אז זיי פארפארן בכוונה ובמחשבה תחילה העט ווייט פונעם בודקע, ווי כאילו צו זאגען: דו שטייסט דארט גאנץ באקוועם אונטערן דעכל, בלייב'זשע דארטן און לאז מיר גיין אויפנעמען די וואס שטייען דא אונטערן זון/רעגן/האגל.

2. איך גלייב נישט אז ביינאכט שטעלן זיי זיך נישט אפ ביי יעדן באשטימטן סטאפ נאר ווען איינער דרוקט אראפ דעם "סטאפ ריקוועסט", איך פאר געווענליך נישט שפעט ביינאכט, אבער איך האלט אז דו ביסט נישט גערעכט מיט דיין הנחה, אדרבה, איך ווארט צו הערן פון אנדערע אויב זיי האלטן ווי דיר אדער זענען מיט מיר.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/1/2006 17:39 לינק ישיר 

אהההההה ענדליך האב איך זיך דערשלעפט צום קרעטשמע.....
קומענדיג אזוי פון א ווייטן וועג ....

דורכגייענדיג די געסלאך פון דארף האב איך מיך אנגעשטויסן אין עטליכע אזוינע ווי מיר, אפגעריסן אפגעשליסן, עסן שווארצע ברויט מיט ציבעלע, מיט א צוריסענע טורבע אויף די פלייצע, שלאפן אין הקדש, ארחי פרחי'ניקעס כמו שכתוב, וואנדערן איבערן לאנד מיטן שטעקן אין די האנט, קלייבן נדבות פון די נגידים.

פארוואס זשאג איך עס אייך?

אט הערט; קומענדיג נענטער צום קרעטשמע הער איך ארויס עפעס קולות, טאקע גערעדט גאר שטיל אבער דאך האט מען געקענט ארויסהערן, די "מלכים" רעדן צווישן זיך זייער איידל, אויך אונזער קרעמער רעדט אריין פון צייט צו צייט. קומענדיג נאך נענטער האב איךשוין געקענט הערן איינצעלנע ווערטער, אזויווי, "וויליאנסבורג (אדער זיבענבורג גאר ) ליסטינג, ווייניגער, מער," און אויך עפעס "ביזנעס פעקטארי",
איך האב שוין געוואלט אויפגעבן דעם שמועס פון די מלוכה לייט, נאר דאס האט מיך געצויגן, אט אזוינע ווערטער :
פונקט ווי איך ווער אויסגערעכנט ביי ביידע ווערסטו אויך? ניין ?

וויל איך מיך שטעלן פאר אדוני המלך און פרובירן מיט מיין פויעריטש קעפעלע פארגוטוגן זיין שטעל פראגע.
עס זענען דאך פארהאן אזוינע געזעלשאפטן ווי איך וואס האבן נישט קיין היים, היימלאזע. נו קאן זיין אז די דאזיגע ווערן טאקע נישט אויסגערעכנט אין די "וויליאמסבורג ביי סטריט" ליסטינג



פונקט ווי איך און .... ווערן נישט אויסגערעכנט, אזוי זענען פארהאן נאך אנדערע....





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2006 18:16 לינק ישיר 

קרעמער היות פון דיינע ווערטער איז משמע אז די קשיא איז נאר אזוי שווער ווייל די האסט א תירוץ דעריבער איך אייך אויפמערקזאם מאכען אז איר דארפט נישט פראבירען אפציפרעגן זיין תירוץ כדי צוציקימען צו די צווייטע תירוץ מיר שטייען יעצט נאך חנוכה וואס יעדער וואס האט א פיסק פלאגט זיך צי פארענטפערען א קשיא וואס איז שוין לאנג נישט שווער
(אויב האב איך א טעות זיי מיר מוחל טעות לעולם חוזר און שגיאת מי יבון ווי עס ווערט געפסק'נט אין שו''ע אבן העזר)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2006 18:30 לינק ישיר 

קנאי;

איך האב גראדע נישט קיין תירוצים, דערפאר האב איך ארויפגעלייגט די קשיות אליין, ווען איך האב תירוצים שרייב איך געווענליך אז די תירוצים וועלן נאכקומען אי"ה.

וואס שטייט אין אבן העזר (איך האב עס שוין לאנג נישט געלערנט, זינט דער מלאך האט מיר דעם פאטש געגעבן) לגבי שגיאות מי יבין? יישר כח למפרע.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/1/2006 18:35 לינק ישיר 

אין שו''ע אבן העזר אויפן שער בלאט אויב געדענק איך גיט אויסענוויניג שטייט דארט בפירוש "משפחת הזעצער השקיע הרבה כוחות וכבר אמר דוד המלך ע''ה שגיאות מי יבין וטעות לעולם חוזר"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2006 22:30 לינק ישיר 

גראף:

איך ווייס נישט קיין ענטפער אויף דיינע פראגעס, אבער איין נקודה וויל איך אנרירן איבער די ווערטער 'תורה תהא אמונתי'. איך געדענק אז ס'איז דא א שטיקל געטועכץ צו מ'זאגט 'אמונתי' אדער 'אומנתי', אין די סדורים וואס כ'האב איצט ביי די האנט שטייט 'אמונתי'.
לכאורה דארף מען זאגען 'אומנתי' וואס טייטשט אז די תורה זאל זיין מיין פאך. (אזוי ווי מ'זאגט אויף איינעם וואס לערנט אגאנצן טאג 'תורתו אומנתו').



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2006 00:39 לינק ישיר 

אן קיין רשות, וועל איך אויך ארויף קלעבן מיין שאלה צעטל, ווער איז מחויב צו מאכן די ברכה, על מצות ציצית, די קינדער אין חדר, די בחורים אין ישיבה, אדער די באליי באטים, פאר די קאווע, אינדערפרי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2006 20:38 לינק ישיר 

THE SIDDUR IS A GOOD SUBJECT
HERE'S THE REAL THING
PRINTERS DO WHATEVER THEIR  DESIRES
GO ASK ANY PRINTER  WHY THEY PRINT KI MOICHEL VESOLECH UTU
OR KI EL TOIV VESALUCH UTO

OR WHATS THE DIFFERENCE BETWEEN
VEHAALE REFIU SHELEIMU
&
VEHAALE ARICHU IMARPEI

? GET THE POINT

THEY DICTATE OUR DAVENING
WHILE THEY DONT KNOW FROM MARS

BESIDES
MANY PRINTERS
WHERE BIG TIME AMERATZIM
THEY ONLY HIRED TALMIDEI CHACHUMIM
IN SOME CASES
TO STEY STAY  IN BUSINESS
 HEBREW PUBLISHING IN NY
OR SINAI PUBLISHING OF TEL AVIV
ARE GREAT EXAMPLES

TO ME A SIDDUR WAS SUPPOSED TO BE PRINTED BY AN EMDIN, SHLU, OR OTHER GEDOILIM

ALSO I PERSONALLY HAVE FOUND MANY MISTAKES IN TODAYS CHUMASHIM WHICH ARE TYPED BY SECULAR PEOPLE IN E. YISROEL & PUBLISHED BY FRIME YIDEN



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2006 02:25 לינק ישיר 

TOTHETHING
SEEMS TO ME LIKE YOU GOT THE "CAPITAL PUNISHMENT" AND WE HAVE TO SUFFER

דו ביסט זייער גערעכט מיט די גרייזיגע חומשים, עס גייט כמעט נישט אדורך א וואך וואס איך טרעף נישט קיין גרייזן אין די "חמשה חומשי תורה" וואס ליגט אין שוהל, אדער אין די "שנים מקרא ואחד תרגום" חומשים וואס זענען ספעציעל געווידמעט פאר מעביר סדרה זיין.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2006 20:29 לינק ישיר 

al mitzvas tzitzis
is for all
but cannot be said after  lehisateif batzitzis
somebody please correct me if wrong



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > שאלות: קורץ און שארף
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext