::::::::::::::פרשת ויגש:::::::::::::::::
יעדע יאר פרשת ויגש קלער איך צו זיך: האט נישט יוסף הצדיק ערפונדען דעם רעיון פון ... וויאזוי זאל איך עס אנרופן, נו, די פארקערטע פון קאפיטאליזם.
כ'מיין, קוקט מיר נישט אן פון די לבנה אראפ, איך וועל אייך צייגן אין די פסוקים, ער האט אוועקגענומען דאס לאנד פון דעם פאלק, אלעס געהערט פאר די רעגירונג פון היינט און ווייטער, די מענטשן זענען נאר ארבייטער פאר די רעגירונג, זיי ברויכן געבן א פינפטל פאר די רעגירונג, און פון די איבריגע פיר חלקים ווייטער איינפלאנצן אז עס זאל ווייטער וואקסן, בשכר זאת וועט די רעגירונג זיי שפייזן.
ער האט אפילו ארומגעפירט דעם עולם פון איין גובערניע צום צווייטן, קיינער זאל זיך נישט שפירן בעל הבית אויף זיין אייגן שטיקל פראפערטי.
הגם ער האט יא אנערקענט רעליגיע, ער האט געגעבן פאר די גייסטליכע ספעציעלע רעכטן.
וואס זאגט איר צו מיינע רעיונות?
|
|