| נשלח ב-6/1/2006 16:54 |
|
| |
איך אדער יאך
ארומדרייענדיג דא אין קרעטשמע די לעצטע פאר חדשים, האב איך באמערק אז דער דיין דא גלייכט זייער צי שרייבן יאך אנשטאט איך, און באמת באדערט עס מיר נישט אז ער שרייבט אנדערש ווי אלע אנדערע ניקס, נאר וואס דען?
נעכטן בין איך געווען ביי מיינס א חבר און אפיס, און ער איז א מעמבער אינעם פורם "בחדרי חרדים_משפחה_אידיש", האב איך אים געפרעגט צו איך קען מיך אביסל אומקוקן דארט, זאגט ער מיר זייער גערן, און אזוי ליינענדיג האב איך געזען ווי דער זעלבער ניק שרייבט דארט יא געהעריג איך, און נישט יאך.
וויל איך דיר פרעגן דיין, מה נשתנה "היימישע קרעטשמע" מ"בחדרי חרדים_משפחה_אידיש", אז דא שרייבסטו יאך, און דארט שרייבסטו איך?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 18:19 |
|
| |
איך שטעל זיך פאר אז דער חשוב'ער דיין וועט ענטפערן: "יאך ווייס נישט"...
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2006 18:41 |
|
| |
הגם דו ביסט דריי מאל גארנישט, אבער למאסע מער ווי דריי מאל גארנישט פרעגן מיך שאלעס, דו ביסט נישט דער ערשטער גארנישט.
יאך פיר זיך געווענדליך צו שרייבן יאך, טייל מאל שרייב איך בלשון איך, אבער דאס איז נאר ווען איך בין ערנסט און יאך האב נישט צופיל צייט צו פארברענגן נאר שרייבן קורץ און שארף.
חוץ מזה קענסטע בוודאי יא טרעפן אין משפחה וואס יאך שרייב ווי געווענדליך יאך.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2006 22:16 |
|
| |
לאמיך דיך פרעגן מר. דריי-מאל-גארנישט:
פארוואס דארפסטו מאכן א גאנצע מעשה מיט דיין חבר וואס איז א מעמבער אין בחדרי חדרים וכו'. זאג אז דו ביסט א מעמבער דארט. ס'מאכט מער סענס.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2006 22:52 |
|
| |
איך האב אזוי געשריבן ווייל איך גלייך צו שרייבן אמת.
btw איך טראכט ערענסט צו בעטן רשות אריינצוגיין דארט, וואס זאגט דער עולם פון דא איבער יענעם פורם?
(פון מיין איינמאליגע וויזיט דארט האב איך נאכנישט ארויס פונקטליך וואס עס טוט זיך דארט)
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2006 00:47 |
|
| |
פעדעקס דו דערמאנסט מיר א מאנסע, אמאל איז א איד געקומען צום רב און געזאגט איך האב א חבר וואס האט עובר געווען א הארבע עבירה, און ער שעמט זיך צו קומען צום רבי'ן בעטן א תשובה, על כן האט ער איהם געשיקט, זאגט איהם דער רב, האסט דאך געקענט זאגן דעם חבר אז ער זאל זאגן אז זיין חבר האט איהם געשיקט.
ודפח"ח
|
|
|
|
| נשלח ב-10/1/2006 16:07 |
|
| |
דאכט זיך מיר אז די מאנסע איז פארלאפן מיטן הייליגן ראפשיצער זי"ע
|
|
|
|
|