בית פורומים היימישע קרעטשמע

אוי איז דאס ביטער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/1/2006 20:04 לינק ישיר 
אוי איז דאס ביטער

אומעטיג, צובראכן, נידער געשלאגן, פארסאפעט אויסגעמוטשעט, פארקלאפט, וכו' כו', שטייט היינט אינדערפרי אויף דער דאיען, פון זיין בעט, און טראכט אויף צוריק, וואס האט פאסירט נעכטן נאכט, באלד נאך דעם אויספאסטן אויף א גוטע גישמאקע סעודה, באקומט ער א 911 טעלעפאן רוף פון די באהערדע פון די קרעטשמע, וואו פארשטייט זיך אזוי ווי אלעמאל, לויפט דער דאיען שנעל אריבער צו די קרעטשמע באהערדע, און ער זעצט זיך אויף זיין מקום קבוע, ער זעהט אויף די פנים פון די באהערדע אז מען האט איהם נישט אריבער גערופען סתם איבער א געווענדליכע שאלע, נאר עפעס עקסטערס.

דער דאיען געט א מיש איבער אין זיין מוח ד' חלקי שולחן ערוך, צו זיין גרייט על כל צרה שלא תבוא, און ער דערוועקט זיך אויף פון זיינע מחשבות, נאך וואס דער עלטסטער פון די באהערדע האט זיך געגעבן אזא קראץ מיט זיין האלז גרייט אנצוהויבן רעדן.

דער דאיען נייגט צו אן אויער, און דער עלטסטער הייבט אהן מיט זיין דרשה, וואו פאלגענד, דער כאשיווער דאיען ווייסט דאך אוודאי אז איינער פון די בארד מיטגלידער, וואס איז "נישט אזוי פארנומען", איז אין די לעצטערע צייטן געווארן שרעקליך פארנומען מיט אייגענע פריוואטע ענינים, דער דאיען שאקלט צו מיט זיין קאפ, אזוי ווי איינער זאגט, יאך ווייס דערפון, ס'שטיינס געזאגט, לויט די שאלעס פון דעם "נישט אזוי פארנומענער" לעצטנס, קוקט אויס אז פיל גיט ער זיך נישט אפ מיט די קרעטשמע ענינים.

צוגאב צו דעם, פארציילט דער עלטסטער בתוך הדברים, אז די "פענסטער" איז לעצטענס פארמאכט און הערמעטיש פארשלאסן, אויף דעם האט זיך דער דאיען שוין אנגערופן: יא יא אין הכי נמי, לופט אין די קרעטשמע קוקט שוין אויס א פארגאנגענהייט.

דער עלטסטער נעמט ווידער דאס ווארט, און ער הייבט זיך זיין קול, און ער זאגט: "סיז געקומען די צייט אז דער דאיען זאל אביסל איבערנעמן די אבזערוואציע אויף די קרעטשמע, נישט אריינצולאזן קיין אומגעוואוטשענע עלעמענטן, היות דער דאיען שליט"א האט דאך א כוח התורה (ער האט געזאגט נאך שבחים וואס ס'פאסט מיר נישט אליינס צו שרייבן), ממילא איז דאך נישט מער וואו פאסיג אז מ'זאל דעם הויכבאשפריצטן דאיען שליט"א אויפנעמן איבער די קרעטשמע, איהם איבערגעבן די שליסלען פון די קאמערען, און וואו פארשטייט זיך פון אלע ביכער, און דער דאיען שליט"א זאל דאס פירן אזוי וואו ער פארשטייט"

א שטילקייט הערשט אין דעם הערליך באצירטן אפיס פון די קרעטשמע, אלע ווארטן צו הערן פון דעם דאיען שליט"א ווי אזוי ער עט אויפנעמן די דאזיגע אויפגאבע, דער דאיען הייבט אהן רעדן מיט א געשטיקט קול, מורי ורבותי, איך בין שוין נישט אינג, זינט יאך בין דאיען געווארן דא ביי אייך אין די קהילה האב איך געדינט די מעמבערס און די געסט אזוי ווי ס'פאסט זיך, קיינמאל איז נישט געווען צו פרי, און קיינמאל איז נישט געווען צו שפעט, פיר און צוואנציג שעה א טאג, האט יעדערער געקענט צוקומען צו מיר, מיט סיי וואספארא שאלע דאס זאל נישט זיין, און וואו יעדער קען דאס מעיד זיין מיין תיבה אישית איז אלעמאל געווען אפן הן פאר די מעמבער, און וואו פארשטייט זיך אויך פאר יעדן וואנדערער זאל זיין ווער ס'זאל נישט זיין.

די באהערדע האט צוגעשאקלט מיט'ן קאפ אלץ הסכמה.

דאן האט דער דאיען ווידער גענומען דאס ווארט און זיך ביטערליך צו וויינט, יאך בין אלע מיינט לעבנסטעג אנטלאפן פון כבוד, כבורח מן הארי -נישט אלע האבן פארשטאנען די לשון הקודש ווארט, אבער סיהאט נישט אויסגעמאכט, ווייל די גאנצע באהערדע האט סייווי מיטדגעוויינט ווי א כאר- והא ראי' די כבוד לויפט מיר נאך, -דא האט זיך דער דאיען געמוזט אפשטעלן און נישט געקענט ממשיך זיין פון גרויסט געוויין, אזוי ווי אינמיטן א הספד- ממילא וואו קען איך זיך פארזינדיגן אויף דער עלטער, און אנעמען אזא אויפגאבע וואס איז פארבינדן מיט אזויפיל כבוד, ממילא טייערע חברים, טוט מיט מיר א גענאד, א חסד של אמת, יאך על ענק סייווי קיינמאל נישט באצאלן דערפאר, און גיט מיר נישט אזא שווערע עול, סיז דא אינגע כוחות ביין אונז אין די קהילה, פארוואזשע זאל מען נישט אויפנעמן איינע פון די אינגע?

נאך א שטילע מאמענט האט דער עלטסטער גענומען די ווארט אין מויל, און זיך אנגערופן מיט פיל דרך ארץ: דער דאיען ווייסט דאך ווי אזוי די יוגענט קוקט היינט אויס, סיז ליידער נישט דא קיין רוח התורה אין די אינגע דור, און דאס איז די עיקר סיבה פארוואס מיר האבן ביי א מיטינג באשלאסן אויפצונעמן דעם דאיען שליט"א צו די געהויבענע אויפגאבע, זאל ער טאקע לערנען די אינגע דור המעשה אשר יעשון, וואס מ'האט צו טוהן, און וואס מ'האט נישט צו טוהן.

אויף אזא תשובה האט זיך דער דאיען נישט געראכטן און האט יך אנגערופן במתק לשונו, אזוי איז שוין אן אנדערע מאסע, און ער האט געבעטן צייט צו טראכטן דערוועגן.

נאך צען גאנצע מינוט טראכטן רופט זיך דער דאיען אהן: "אויב דאס איז די סיטוציע, דאן האבע יאך נישט קיין אנדערע ברירה, און יאך נעם עס אהן" און דא האט זיך דער דאיען עמציאנאל זיך צו וויינט אויפ'ן קול.

די גאנצע באהערדע האט ווי א כאר זיך אנגערופן מזל טוב מזל טוב, זאל עס זיין מיט הצלחה.

דער דאיען גייט אהיים און פאלט אנידער מאכטלאז אויף זיין געלעגער, ער האט דאס שוין גראדע לאנג נישט גענוצט, ווי יעדער ווייסט טוט דער דאיען אויסנוצן די נעכט מיט לערנען שעות רוצופות, אבער דאסמאל איז דאס שוין נישט געווען פאר זיינע שוואכע כוחות, און ווי נאר דער דאיען האט אנגערירט מיט זיין קאפ דעם הייליגן קישן, האבן זיך די הייליגע אויגן פארמאכט, געציילטע שעה'ן דערויף האט זיך דער דאיען אויפגעכאפט, און דא הייבט נאכאמאל אהן די תגובה!

וואו נאר דער דאיען טרעט אריין אין קרעטשמע ענטפאנגט איהם דער אלטער באליבטער קרעמער באטשי, און נאט ענק די שמועס צווישן זיי ביידן:
קרעמער:
א גוט מארגן מנהל, פארוואס איז די קרעטשמע שטיל? לעב אויף דעם עולם, שרייב די גוטע נייעס
סאכדעס:
איין מינוט איך גיי שוין אריין
אז?
קרעמער:
אז דער דיין איז געווארן א חלק פון די באהערדע, און וועט האבן א ווארט אין די פארוואלטונג פונעם קרעטשמע
סאכדעס:
דו האלטסט אז יאך זאל דאס טוהן
קרעמער:
גראדע וויל פענסטער אז דו זאלסט אים איבערנעמען, דיין נאמען זאל פיגורירן אויבן אן
סאכדעס:
איך האב פערסאנעל נישט ליב קיין כבוד
קרעמער:
אוי וויי, לאמיר דיר אויסלערנען וויאזוי מען עסט כבוד... נעם א קליינע לעפל
סאכדעס:
נו, און?
קרעמער:
טינק עס איין אין האניג
לעק עס אפ שטייטליך
אבער זייער שטייט
געב אכטונג אז דיין נאז זאל נישט פארשמירט ווערן דערפון, די בינען קענען קומען שטעכן
סאכדעס:
אהה



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2006 22:30 לינק ישיר 


ליינענדיג די שורות דא ווי דער חשובער דיין שליט"א וויינט האט מיר אויך אנגעהויבן רינען טרערן און זיך יעצט הויך צוכליפעט אין א געוויין.

לייענדיג ווייטער די מסנג'ר שמועס איז ארויפגעקומען א זיסע שמייכל אויף מיין פנים.

הויכגעשעצטער דיין שליט"א.
ווי וואנט יו אפ אין די פורום.

קרעמער באטשי.
פאט הים אפ פליז.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-12/1/2006 01:16 לינק ישיר 

דזובוי

בקשות למנהלים רק בתיבה אישית!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > אוי איז דאס ביטער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext