בערך פיר פינף וואכן צוריק האב איך געהערט אויף א טאלק שאו ווי דער רעדנער האט זיך זייער גערעגט אויף דעם אז מענטשען האבן נישט ליב צו געבן טשענדזש פון א הונדערטער אדער גאר א פופציגער עס איז מיר זייער געפאלן וויאזוי ער האט אראפ געלייגט די גאנצע ענין און איך האב עס געוואלט דערציילן פאר ענק נאר צוליב מאנגל אין צייט האב איך עס נישט דערציילט אבער אזויווי איך האב היינט אויך געהאט אזא מעשה האב איך געטראכט אז איך וויל עס מיטיילן מיט מיינע חבירים דא אין קרעטשמע
איך וועל קודם דערציילן אביסל וואס איך האב געהערט אויף די טאלק שאו
פארוואס מאכט נאך אמעריקע הודערטערס - שרייט ער אויס אויף די ראדיא - אז קיינער וויל עס סייווי נישט אננעמען?
יעצט מיין מעשה
איך בין היינט אריין אין א רעסטעראנט קויפן לאנטש עס האט געקאסט פינעף דאללער און איך האב נאר געהאט צוויי סינגעלס און א הונדערטער האב איך אים געגעבן די הונדערטער נעמט ער זיך קרומען מיט די נאז און מיט די מויל אין פרעגט מיר האסט נישט קיין קלענערס? זאג איך אים יא איך האב צוויי דאללער פרעגט ער מיר אפשר געסטו א בארג פון איינעם? האב איך אים געענטפערט אז עס איז גוט איך וועל עס קויפן ערגעץ אנדערש און איך פאנג אן ארויס צו גיין האט ער מיר שנעל צוריק גערופן און ער האט מיר געזאגט אז ער קען מיר געבן טשענדזש
איז טאקע הונדערטערס געמאכט געווארן נאר פאר די באנק און העכער צו מאכן די בעט?
נשלח ב-12/1/2006 00:39
באקומען אין אישית
----------------------
מענטשן האבן מורא אז די הונדערטערס זענען פאלשע, אין וויליאמסבורג איז דא א געשעפט (אדער מערערע) וואס באקוקען דאס מיט א ספעציעלע ליכטל אדער פעדערל, איידער זיי נעמען דאס אן.
נשלח ב-12/1/2006 00:50
אין ווילידש אפיס אין ק"י האבן זיי אויך עפעס א מארקער