בית פורומים היימישע קרעטשמע

ווייסט איינער די טייטש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/1/2006 20:15 לינק ישיר 
ווייסט איינער די טייטש

אזוי וואו איך בין נישט געווען נעכטן ביים שיעור האב איך געבעטן פון מיין ווייב א גמרא האט זי מיר געברענגט א שו''ע למען השלום בית האב איך זיך געמאכט כאילו לא היה און איך האב מיך געזעצט לערנען ביים דיינונג רום טישל און איך בין געבליבן מיט א קשיא אין אויך מיט א געוויסע טייטש ווארט וואס איך ווייס נישט האב איך געקלערט עס דא אנציפרעגן
נומבער איינס שו''ע או''ח רכ''ג סעיף ו' בהג''ה וז''ל המנהג לומר למי שלובש בגד חדש תבלה ותחדש ווייסט איינער די טייטש אגב נ''ל אז דער וועלט האט א טעות און זאגט תתחדש עס קימט מן הסתם פין ותחדש
והשנית במ''א בסעיף ג' איך געדענק נישט די ס''ק זאגט ער דארט אז ווען מען קויפט א נייע ספר מאכט מען נישט קיין שהחיינו ווייל מצות לאו ליהנות ניתנו גראד דערנאך שרייבט אז מען מאכט נאר א שהחיינו אויף מצות הבאים מזמן לזמן קען מיר איינער מסבר זיין פארוואס ביי מצות הבאים מזמן לזמן זאג איך נישט מצות לאו להנות ניתנו
אזוי וואו דער דיין האט זיך אפגערט חנוכה אז מען פרעגט שאלות פון אנדערע באתרא דמר פיל יאך פאר א פליכט אייך געבגן דעם כבוד און אנפרעגן
נ.ב. אבער פארט וויל איך געהאלפן ווערן מיט א תירוץ בעט איך אויך דער חשוב'ער שואל ומשיב קרעמער אדער מיין חשוב'ער מגיד שיעור זאלען זיך נעמען די מי צי ענטפערן אין אויב וועלן זיי נישט ענטפערן צייטליך איז בל''נ די לעצטע מאל וואס איך רעכן יך מיט ענקער כבוד התורה און איך וועל אנפאנגען פרעגען פון יעדעם איינעם ציגלייך



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2006 23:56 לינק ישיר 

הגם איך בין היבש פארנומען אין די צייט, ס'טייטש יאך האב גענומען א זאך אויף מיר וואס יאך האב קיינמאל נישט געוואלט, איר ווייסט דאך אלע אז יאך גלייך זעהר נישט קיין כבוד, און יאך זעה טאקע אז קיין גרויס כבוד איז דאס נישט, כמאמרם ז"ל עבדות אני נותן לכם, אבער דאך יאך קען נישט אפלאזן מיינע קהלה מעמבערס, ממילא על איך ענפערן.

תבלה איז טייטש אז ס'זאל פארוועלקט ווערן, דאס איז אזא ברכה אז מ'זאל נאך דערלעבן די צייט ווען די בגד עט חרוב ווערן.

די צווייטע שאלע וואס דו האסט געפרעגט אויף דעם מגן אברהם איז אזוי, שהחינו אויף א מצוה הבא מזמן לזמן, אין הכי נמי מצות לאו ליהנות ניתנו, אבער די שהחינו איז איבער די נשמה, וואס זי מעג יא הנאה האבן פון די מצוה, וואו באקאנט מפי ספרים וסופרים, איז יעדער צייט וואס קומט א יום טוב, קומט אראפ השפעות נפלאות, אויף וואס די נשמה ווארט די גאנצע צייט, און מ'קען דאס נישט נעמען אליין, דאס הייסט מ'קען נישט שאקלען לולב אין חנוכה, ממילא איז דאס א פרייד פאר די נשמה, ממילא מאכט מען א שהחינו, אזוי ווי מ'מאכט א שהחינו אויף פירות, ווען די גוף האט הנאה.

יאך ווייס אז יאך האב זיך נישט אזוי גוט מסביר געווען, אויב האסטע פארשטאנען הרי טוב, אז נישט פרעג איבער שעם זיך נישט, געדענק לא הבישן למד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ווייסט איינער די טייטש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext