בית פורומים היימישע קרעטשמע

וואס האט דאס שטיקל פיש חוטא געווען?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/1/2006 19:20 לינק ישיר 
וואס האט דאס שטיקל פיש חוטא געווען?

meinemachshoves: Gedank

די פארגאנגענע וואך שבת בין איך געזעצן אין א קליין בית המדרש'ל ביי שלש סעודות, מיטהאלטנדיג אן אינטרעסאנטן ספעקטאל: אינמיטן טיש איז געווען א טעלער, און אינעם טעלער איז געווען א סלייס געמאלענע פיש. קודם איז אלעס צוגעגאנגען ווי געהעריג, איינער האט גענומען א שטיקל פיש, א צווייטער האט גענומען נאך א שטיקל, און אזוי איז די פיש געווארן אלס קלענער און קלענער.
אבער דאן האבן זיך אנגעפאנגען די פראבלעמען, "סאמטינג 'פישי' איז גאואינג אן" ווי מ'זאגט אויף ענגליש.
אינעם טעלער איז שוי ן בלויז געווען א פערטל פונעם סלייס, און יעדער האט מורא געהאט פונעם פיש. ד.ה. אזוי: איינער איז צוגעקומען, און אראפגעציפט בערך א צוויי-דריטל פונעם שטיקל, און געגאנגען ווייטער. דאן איז געקומען נאך איינער, און אראפגעציפט א האלבע פון וואס ס'איז געבליבן, וילך משם. און דאן איז געקומען נאך איינער און נאך איינער. יעדער האט אראפגענומען דעם אפיקומן - דעם גרעסערן העלפט - פונעם שטיקל וואס ס'איז געבליבן, און איבערגעלאזט דאס איבריגע אינעם טעלער. הפנים, יעדער האט זיך געשעמט צו נעמען דעם גאנצן שטיקל, ווייל מ'וויל דאך נישט זיין קיין חי"ת זי"ן רי"ש, און דערפאר האט מען נאר גענומען דעם רוב און נישט די גאנצע.
געענדיגט האט זיך עס, אז אינעם טעלער איז געבליבן בלויז א פיצינקע שטיקעלע פיש, וואס קיינער האט נישט געוואלט אויסלייזן פונעם טעלער, כדי נישט צו זיין דער וואס האט אויסגעליידיגט דעם טעלער. אויף אסאך פנימ'ער האט מען געזען אז זיי וואלטן געוואלט נעמען און עסן דאס שטיקל פיש - נישט ווייל זיי זענען הונגעריג, נאר פשוט אזוי - אבער זיי האבן דאס נישט געטאן מחמת אימתא דציבורא.
מ'האלט שוין ביי א-ל מסתתר, מ'זאגט שוין שיר המעלות, און קיינער האט נאכנישט צוגערירט צום לעצטן שטיקל פיש. מ'האט שוין אנגעפאנגען צו בענטשן, ס'איז שוין פארפאלן, קיינער וועט שוין דעם שטיקל פיש נישט עסן היינט.
האב איך גענומען דעם טעלער צו מיר און אנגעהויבן צו רעדן צום פיש: טייערער פישעלע, איך האף אז דו ביזט נישט ברוגז אויף די מענטשן, זיי האבן בלויז געוואלט זיין גוט-הארציגע און איבערלאזן עפעס פאר יענעם. נאטינג פערסאנעל, זיי האבן זיך נאר נישט געקענט ערלויבן אויסצוליידיגן דעם טעלער... איך האף אז מיין עלטער זיידע'ס נשמה איז נישט מגולגל אין דיר, טאמער יא זיידעניו, וועסטו מיר מוזן מוחל זיין, איך האב נישט געקענט זיין דער שלעכטער און אויפעסן דאס לעצטע שטיקל.
דער פיש איז - ווייזט אויס - נישט געווען קיין סקווערער אפשטאמיגער. ער האט מיר גארנישט געענטפערט...
האטס מיר און זייטס מיר.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 21:29 לינק ישיר 

הרב רבי מיכל;

דאס איז גענומען פון דעם בלאג "מיינע מחשבות"? אויב יא, וואו איז דער בלאג פארשוואונדן געווארן? איך זוך דאס אויף, ואיגגו, דאס קינד איז אין וואסער אריינגעפאלן, ער שווימט מיט די פיש.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/1/2006 21:52 לינק ישיר 

היר יו גא באט עס קוקט אויס גאר אלט

http://meinemachshoves.blogspot.com/


תוקן על ידי - יאנאש - 18/01/2006 21:56:23



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 22:45 לינק ישיר 

יאנאש;

עס עפנט זיך נישט אויף ביי מיר, עס צייגט א ווייס בלעטל, גארנישט מער.

ביי דיר עפנט זיך עס יא אויף?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/1/2006 22:52 לינק ישיר 

ביי מיר עפענט זיך עס יא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 22:58 לינק ישיר 

פארפאלן, ביי מיר נישט.

האמיר שוין עפעס א טעמע, העלפט מיר ארויס, זאגט מיר פארוואס איך קען נישט ליינען דעם בלעטל.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/1/2006 23:03 לינק ישיר 

ביי מיר עפנט זיך עס געהעריג (אפילו אויף דזשעי-נעט)



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/1/2006 23:08 לינק ישיר 

ביי מיר ארבעט אלעס כשורה

קוק איבער צו די ביסט קאנעקטעט צו די נעט (דאס איז א זיידישע דזשאוק פון די נייע דור כמבאור לאכן אלטע לייבן)

................



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 23:13 לינק ישיר 

בעני און ניני, אב ובנו שראו את החידוש, איר קענט ביידע אריבערקומען צו מיר אין אפיס, און איך וועל אייך צייגן אז איך בין קאנעקטעד, אבער דער בלעטל פון "מיינע מחשבות" קומט מיר נישט ארויף!!!

קען זיין אז יענער האט געבלאקט מיין IP ?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/1/2006 23:20 לינק ישיר 

וואו איז דיין אפיס, איך בין שוין אויפן וועג...

................



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 23:25 לינק ישיר 

נין

וואס איז פשט פון די פינטעלעך, אויב איך מעג פרעגן?
...................



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 23:26 לינק ישיר 

ביי מיר עפענט זיך עס אויך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 23:29 לינק ישיר 

זכר לחורבן

................



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 23:39 לינק ישיר 

וואסערע חורבן האט צוטין מיט די פינטעלעך?
................



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > וואס האט דאס שטיקל פיש חוטא געווען?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext