|
|
| נשלח ב-31/1/2006 18:57 |
|
| |
איך האב אמאל געהערט בשם א מאדערנער ראביי א אנדערע טייטש אויף בעתו ובזמנו
בעתן = די אכטע טאג בזמנו = עס זאל זיין "סאָנדעי" ודפח"ח
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2006 19:39 |
|
| |
בעני; געהערט נעכטן פון מיין מאמע. איך האף אז מיר זענען נישט קיין ברידער.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2006 19:58 |
|
| |
הער איך יעצט מיין בעל הבית'טע זאגען פאר'ן מאן. "האמער און זיימער"
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2006 20:10 |
|
| |
מיין בעל הבית'טע זאגט מיר געווענליך "זיימיר און ווער מיר"
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2006 21:24 |
|
| |
3X ענדיג דעם פסוק, וואס זאגט זי נאך "ווער מיר ____
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2006 21:42 |
|
| |
איך פרעג איר אייביג. וואס זאל איך זיין און ווערן? ענטפער זי מיר אז זי ווייסט אויך נישט, נאר אזוי פלעגט איר טאטע זאגן אייביג פאר איר מאמע, און זי זאגט נאר נאך.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2006 22:43 |
|
| |
3X0;
איך מיין אז דאס גייט אריין אין גדר פון "אל תרבה".. (קען זיין ביי א בעל-הבית'טע איז דא אנדערע הלכות, פרעג א שאלה).
אגב, אויב דער דיין לאזט, געב איר א פרעג: אפשר קומט דאס טאקע פאר א מאן צו וואונטשן פארן פרוי, אבער א פרוי האט נישט וואס צו וואונטשן דאס פאר א מאנספערזאן 
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2006 23:10 |
|
| |
מיין דערקלרינג איבער מיין תגיבה איז מיין רבי פלעגט טאטשען אדרבה: פינקט פארקערט איפכא מסתברא: די סברה איז דאך פינקט פארקעט
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2006 23:14 |
|
| |
געוואלד קענא דו האסט דאך צווארפן די גאנצע שמועס פון מיר און קרעמער
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2006 01:40 |
|
| |
קנאי;
אדרבה מיט איפכא מסתברא זענען נישט די זעלבע אויסדרוקן, בעת איפכא מסתברא מיינט אז די פארקערטע סברא איז אמת, מיינט אדרבה נישט "פונקט פארקערט", נאר 'נאך מער געזאגט' (עפעס אזוי, איך האב נישט די ריכטיגע איבערטייטש).
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2006 18:05 |
|
| |
אדרבה: האט נישט דוקא צוטאן מיט דו סברא אזוי ווי אדרבה תן בלבנו שנראה וכו'
איפכא מיסתברא: זאגט מען ווען דו סברא איז מכריח פונקט פארקערט
און אנדערע ווערטער:
אדרבה; דו הלכה דארף ווען זיין פארקערט, ווארים, איפכא מיסתברא; דו סברא גיבט דאך אזוי מיט
כנלפענ"ד והמבין יבין
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2006 18:20 |
|
| |
אדרבה ווערט גענוצט צו קעגענזעצן א פאקט, בעת איפכא מיסתברא נוצט ביי א סברא
(opinion)
אגב, מיין Dictionary האט געטייטש אדרבה on the contrary
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2006 18:51 |
|
| |
יישר כח מפוקל און שנאפס פארן ארויסהעלפן פארשטיין די אפטייטש פונעם ווארט אדרבה.
איך האב טאקע איבערגעקלערט און געזען אז אדרבה ווערט גענוצט אין דעם קאנטעסט: דו זאגסט אז יענקל האט אויסגעשייגעצט שלמה'ן? אדרבה, ער האט אים גאר אויסגערימט. דאס איז טאקע - ווי די דיקשאנערי זאגט - "צו די קאנטרערי", און עס האט גארנישט מיט סברא איינגעלייגט, ווי מפוקל זאגט.
און איר פרעגט וואס די קרעטשמע טוהט אויף?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2006 19:45 |
|
| |
אז מ'רעדט פון חילוקי תיבות ברויך מען ארויסברענגען אז עס איז פארהאנען ווערטער וואס זענען ענליך און באדייט און דו עקזיסטענס פון דו ווערטער זענעו נאר לשיפור הלשון עס ווערט אנגערופען און לשה"ק "שמות הנרדפים"
ווי למשל:
לפאר, לרומם, להדר, וכו'
|
|
|
|
|