בית פורומים היימישע קרעטשמע

פרשת בא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/1/2006 18:44 לינק ישיר 
פרשת בא

איך זעה אז קיינער האט נאכנישט געעפענט קיין אשכול אויף די וואך, וועל איך זיין דער מתחיל במצוה.

די וואך לערנען מיר פון קידוש החודש, וואלט איך געוואלט פרעגן אויב איינער ווייסט דעם חילוק פון "חדש" און "ירח", ביידע באדייטן לכאורה א מאנאט, אלזא וואס איז די נפקא מינה צווישן די צוויי אויסדרוקן.

באזוכט אויך מיין פורום "ידיעות" http://masoret.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=16206 יישר כח.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/1/2006 20:39 לינק ישיר 

אינטערסאנטע זאכן פון די סדרה:

פארוואס זענען דתן ואבירם נישט געשטארבן צוגלייך מיט אלע אנדערע רשעים וואס זענען אויסגעשטארבן ביי די שלשת ימי אפילה?

ענטפערט דער רא"ש ווייל "זיי האבן זיך קיינמאל נישט מייאש געווען פון די גאולה"!

**

וואס איז די קונץ אז די הינט האבן נישט געבילט ביי יציאת מצרים? (אז דער פסוק מאכט אן עסק פון "ולא יחרץ כלב לשונו").

זאגט דער רא"ש: ווייל די סדר איז אז ווען דער מלאך המות קומט אין שטאט, טוען די הונט שרייען (ב"ק ס:) און יענע נאכט איז דער מלאך המות געווען אין מצרים צו שלאגן די בכורים, און דאך האבן זיי נישט געבילט.

**

פארוואס האט השי"ת באפוילן אז מען זאל דעם קרבן פסח נישט קאכן, נאר בראטן?

זאגט דער רא"ש: ווייל ווען מען קאכט גייט נישט ארויף אזא שטארקע גערוך ווי ביים בראטן, און השי"ת האט געוואלט אז די גערוך פון די קרבן פסח זאל אריינדרינגן אין די נאזלעכער פון די מצריים על אפם ועל חמתם!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/1/2006 21:13 לינק ישיר 

כ'האב אמאל געהערט א שיין ווארט פון די וואכעדיקע סדרה, (ליידער געדעק איך נישט דעם מקור.)

"ויאמר פרעה מי ומי ההולכים, ויאמר משה בנערינו ובזקננו נלך"

"מי" איז בגימטריה   50
"נלך" איז בגימטריה 100

פרעה האט געזאגט "מי" ההולכים, דהיינו: בלויז 50% פון אייך וועלן ארויס גיין פון מצרים,
און משה רבינו האט געזאגט "נלך" דהיינו: מיר וועלן ארויס מיט אלע 100%



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/1/2006 21:32 לינק ישיר 

יישר כח ערעב מאטעס פאר די שיין ווארט, אבער אזוי ווי עס שטייט מי ומי ההולכים, צוויי מאל מי איז דאך ווידער הונדערט, מוז מען טייטשן אזוי. פרעה האט געזאגט "מי" ו"מי" ההולכים, עס איז נאר א "פופציג/פופציג" פראצענט שאנס אז איר וועט ארויסגיין.. אבער משה האט געזאגט: מיר זענען "נלך", הונדערט פראצענט פאזיטיוו אז מיר וועלן ארויסגיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2006 01:56 לינק ישיר 

דאס איז שוין א אייגענס. ?

נו. פארוואס נישט ארויסגעבן א קונטרס אדער ספר, "דברי הגראף" אדער "גראף וחידישיו"
נישט קיין חילוק, זאל עס הייסן וויאזוי די ווילסט. [אפשר האסטו עפעס א גמטריה]

איך מיין ס'וועט זיין א גרויסע פארלאנג דערפאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/2/2006 04:04 לינק ישיר 

תירוצים אויף מיין אנפראגע:
ברבינו בחיי (שמות ב', ב', ודברים ל"א, ב') מבואר שיש חילוק בין 'חודש' ל'ירח', ותוכן דבריו אלו הם: ירחים הם חדשי הלבנה [וכן כ' ראב"ע (דברים כ"א, י"ג) וז"ל: נקרא החודש ירח, כי עיקרו הירח עכ"ל], והם מוסיפין וגורעין, א' מלא וא' חסר, וחדשים היינו חלק אחד מי"ב בשנה, ואינן מוסיפים ולא גורעים עכת"ד. אמנם אין כוונתו דחדשי החמה באמת נקראים 'חודש', דהלא אצל השמש לא שייך חידוש כלל. אלא הוא לשון מושאל, כמ"ש האבן עזרא (שמות י"ב, ב') וז"ל: והנה אין ללבנה שנה כלל, כאשר אין לשמש חודש כלל, כי לא יתחדש בשמש דבר, רק דבר החדוש הוא לאור הלבנה, ובעבור זה נקרא 'חודש' גם 'ירח' בעבור חדוש אור הלבנה וכו', ובעבור ששנת העמים קרובה אל שנת החמה, וראו ששתים עשרה פעמים תתחדש הלבנה בשנת החמה, חלקו ימי השנה על שנים עשר, וקראו לכל חלק 'חודש' בעבור שהוא קרוב מימות חודש הלבנה עכ"ל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > פרשת בא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext