|
|
| נשלח ב-14/2/2006 04:18 |
|
| |
שנאפס איך זעה דו האסט טאקע גוט מדייק געווען אין מיינע ווערטער, איך האב בשעת ווען איך געטייפט קודם געשריבן געמאלענע וויין נאר איך מיך געכאפט אז דער קרעמער וואס האלט שוין נאך אפאר כויתעס סיי פון כאַמישאָתער און נאך דערצו פון שלשים יום קודם החג וואס איך ווייס דאך ער האלט ווי די בית הלל אז מוסיף והולך, ממילא האב איך איבערגעשריבן אויסגעמאלענע, אבער זעהט אויס אז פאר איהם איז נישט גענוג סתם צו אויסמאלן נאר מען מוז עס אראפמאלן מיט פארבן 
|
|
|
|
| נשלח ב-14/2/2006 05:39 |
|
| |
בעני;
איך ברענג אראפ דיינע ווערטער, און זאג דו מיר ווער עס האלט נאך וויפיל כוסות... איך האב בשעת ווען איך געטייפט קודם געשריבן געמאלענע וויין נאר איך מיך געכאפט אז דער קרעמער וואס האלט שוין נאך אפאר כויתעס סיי פון כאַמישאָתער און נאך דערצו פון שלשים יום קודם החג איך מיך וואס?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/2/2006 21:18 |
|
| |
איך מיך געכאפט (אזוי מיין איך) ניין?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/2/2006 23:35 |
|
| |
קרעמער טייערער איך זעה אז דו ביזט טאקע מקיים דעם מוסיף והולך אפילו מיט די שיטת מהדרין פון כוס לכל אחד אחד (כמבואר באשקול לחנוכה בקושיית החת"ס למה אין מדליקין לכל אחד ואחד להמהדרין מן המהדרין), און דו פארגעסט וואס דו האסט אליין געשריבן כמה פעמים אז דער הדף בטעינה עסט צומאל אויף ווערטער אזוי ווי דו האסט דאך שוין אליין איבערגעצייגט כמה פעמים ביי דיינע אייגענע תגובות, איז מאי כל הרעש אז איין ווארט איז ארויסגעבליבן [איך האב מיך געכאפט] .
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 00:31 |
|
| |
בעני; (נישט יעדן, און נישט אייביג, דריי איך אזוי דעם קאפ, ואתך הסליחה).
זיי נישט בייז, איך וויל נאר מדייק זיין אין דיין פרישע תגובה איין קליינע דיוק (אגב; דער "הדף בטעינה" עסט נאר אויף גאנצע שורות, ער נעמט נישט ארויס איין ווארט פון צווישן אנדערע..).
דו שרייבסט:אזוי ווי דו האסט דאך שוין אליין איבערגעצייגט כמה פעמים
אפשר ביסטו מיר מסביר וואס דער "דף בטעינה" האט דא געטאן? האט ער אויפגעטוישט און געשריבן "דאך" אנשטאט "דיך", אדער האט ער דא אויך ארויסגענומען דעם ווארט "זיך" פון צווישן די ווערטער "האסט" און "דאך", ווייל אנדערש - במחילת כבודך - האבן די ווערטער נישט קיין געהעריגע פשט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/2/2006 01:11 |
|
| |
אזוי ווי עס קוקט אויס אז היינט ביזטו אין די גיסטע מיר (מער פון יעדן) צו דרייען א קאפ פארוואס עס איז געשעהן א קליינע טעות בשעת'ן טייפן אביסל שנעל, על כן וועל איך דיר יעצט לאזן האבן דאס לעצטע ווארט דו זאלסט מיינען דו ביזט גערעכט. (נישט יעדן און נישט אייביג לאז איך יענעם האבן דאס לעצטע ווארט).
|
|
|
|
|