בית פורומים היימישע קרעטשמע

זאכען וואס גייען מיר אויף די נערוון

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/2/2006 18:40 לינק ישיר 
זאכען וואס גייען מיר אויף די נערוון

טיילווייזע ליסטע...
טעלעפאנען
1) סעלפאונס וואס צעקלינגן זיך אין בית המדרש אינמיטן שטילע שמונה עשרה.
2) אינגעלייט וואס לויפן ארויס מיטן טלית אויפן קאפ אינמיטן ברכת יוצר מיטן סעלפאון ביים אויער.
3) פרויען וואס רעדן אויף סעלפאון'ס שטיפענדיג א קערידזש מיט די אנדערע האנט און די קינדער שרייען און וויינען און א קאר קומט און זי באמערקט נישט.
אין שוהל
4) מענטשן וואס ריקן זיך אן יעדן טאג צום לעצטן מנין.
5) מענטשן וואס זיצן ביים לעצטן מנין און שמועסן אדער טרונקן קאווע, הערשט נאכדעם כאפן זיי זיך אז זיי האבן נאכנישט געדאווענט.
6) די גראטעס ביי די מקוה טירן. וואס טוט מען אויב עס פאסירט ח"ו א פייער? הצלה?
7) מענטשן וואס לאזן אייביג איבער א האלבע צעביסענע קאצקע ציקער נעבן זייער ליידיגע קאווע גלאז.
די ליסטע איז נאך גרויס..



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/2/2006 20:36 לינק ישיר 

1)      די מעסעדזשעס וואס קומען אויפן טעלעפאן, וואס ווערן אלץ מער און מער, עס האלט שוין היינט ביי מינימום 3 א יעדן איינציגן טאג! רופנדיג צו מסיבות פאר מוסדות וואס איך ווייס ניטאמאל וויאזוי מען לייגט אויס דעם נאמען דערפון.*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

2)      דער גוי מיטן הינטל וואס שפאצירט אדורך יעדן טאג אויף מיין בלאק, בשעת דער הינטל בילט און שפרינגט אויף ארויף, אריינברענגענדיג פחדים אין אלע קינדערלעך (און ערוואקסענע).

3)      ווען מיין וויי-פיי לעשט זיך אויס אינמיטן א טיפן גוגעל-טאלק געשפרעך (מיט איינעם וואס איך קען נישט זיין טעלעפאן נומער... און כ'קען אים נישט אנרופן זיך אנטשולדיגן און אויפקלערן וואס עס האט פאסירט).

4)      ווען איך ווארט אויף א וויכטיגע אימעיל, און עס שרייבט זיך אויף אז איך האב א פרישע בריוועלע, און איך גיי אריין געוואויר צו ווערן אז יאהו האט שוין ווידער עפעס אן אפפער.

5)      ווען היידפארק כראפעצט מיט א פעסטקייט יעדע נאכט צווישן 11 און 12 ביינאכט בערך.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > זאכען וואס גייען מיר אויף די נערוון
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext