לאמיר ענק פארציילן וויאזוי קרעמער האט זיך דערשלאגן צו די דאזיגע לינקס וואס יאנאש האט געטראפן.
ווי יעדער ווייסט וויל יאנאש זייער שטארק קריגן דעם אפענעם פאסטן פון ראש הקהל, מוז דאך יאנאש ווייזן אז ער טויג זיך צו עפעס, און זיך לערנען אביסל פאליטיק (ווי סאכדעס האט פארגעשלאגן), האט יאנאש זיך דערשלאגן צו א פלאן, אבער לייגט גוט צו קאפ.
אזוי ווי לעצטנס איז זייער שטיל דא אינעם קרעטשמע, יאנאש קען ממש שטיין שעות ארוכות נישט האבנדיג וועמען צו סערווירן, האט יאנאש געמאכט אביסל ריסערטש ווי מען קען זיך שאפן אזא כלי מיט אינטערנעט צו טרעפן עפעס אינטערסאנט, און יאנאש האט אויסגעפונען אז ממש דא אינעם קרעטשמע האט זיך קהל לעצטנס איינגעשאפט אזא קאמפיוטער מיט אינטערנעט (ל"ע) ווען יאנטאאש איז נאך געווען ראש הקהל און נישט געהאט וואס צו טאן מיט די איבעריגע געלט.
האט יאנאש געווארט אויף א רואיגע מינוט, און זיך פארשאפט עפעס אן אלטן פיק סעט, זיך ארויפגעשלעפט די אלע טרעפן, צוגעלייגט אן אויער צום טיר, געהערט אז עס ליידיג, אויפגעפיקט די שלאס, און אויפגעפראלט דעם אלטן טיר.
יאנאש האט געמיינט אז ער פאלט ממש צוזאם, הערט א מאנסע, יאנאש סערווירט אונטן דעם עולם מיט אלטע האלצערנע גלעזער, פון -מיט יארן לאנג- שטויב אנגעלייגטע פעסער, און דא א מין פארגעשריטנהייט, 29 אינטש פלעט פענעל סקרינס, ווייערלעס מייזלעך און קי בארדס, ספיקערס אזש אויפצוועקן א שטאט (אין קעיס פון א האריקען אפשר), און נישט דייל אפ, אה, פארוואס זיך שפארן געלט, נאר ממש די בעסט אפ די בעסט זיי רופן דאס T1 פאר גאדס סעק וואס פעלט דאס אויס.
אזוי ווי נישט ווי איז יאנאש שנעל געקומען צו זיך, אויסגעלאשן אלע איי'ס, זיך צוגעריקט א בענקל, און אנגעהויבן שוועבן אויף די נעץ ווי א פיש און וואסער, אנהויבנדיג פון אנהייב פון פארשריבענע פאליטיק, איבער געקוקט וויפיל קליפס פון מלחמה סטראטעגיע וואס יאנאש האט געקענט נאר טרעפן, זיך פארשריבן נאטיצן, געענדיגט האט יאנאש זיכער געמאכט אז די היסטערי פונעם קאמפיוטערווערט לער, פארלאשן די קאמפיוטער, צוריק אנגעצינדן די אויגעלעך וואס היטן די סודות אזוי געטריי, ארויס און צוגעשלעפט טיר און ריגל.
און געמיינט האט יאנאש אז די מאנסע וועט זיך אזוי ענדיגן.
אבער יאנאש האט געמאכט א ביטערן טעות, יאנאש האט נישט געוואוסט אז די קהילה ווייסט נאך נישט פון א זאך ווי ג'נעט, מוז מען דאך אבער עפעס שמירה האבן, נוצט נאך קהל די אלטע פראגראם ריפארט יאר איי'ס (ווער דענק נאך), און צו וועמען מיינט איר ווערן אלע אקטיוויטעטן באריכטעט אויב נישט צום אלעמען באליבטן קרעמער באטשי.
נא, פון דא איז שוין איבעריג צו פארציילן וואס איז פארגעקומען, קרעמער איז געווארן ווילד, געמיינט האט ער אז ער איז דער איינציגסטער וואס לויפט, איי יאנאש לויפט אויך, וואס וועט שוין יאנאש קענען פארקויפן, און דא אזא פאנטשער, דער יאנאש ווערט מיר געלערנט, האט זיך אנגעהויבן די געווענליכע דרוק, ער האט אריינגעמישט ווער נאר מעגליך, און יאנאש האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה נאר ארויסגעבן אלע אויפטרעפן וואס יאנאש האט נאר געפונען אין אפיס, מיטן צוזאג פון קרעמער אז ער וועט דאס נישט ארויסגעבן פארן פאבליק, נאר ער ברויך עס פשוט אויך צו ווערן פאמיליער מיט די טאקטיקן וואס יאנאש קען ניצן ביים קאמפיין.
יעצט זעט אבער יאנאש מיט וועם ער האט צוטאן, דער קרעמער טוט זיך וואס ער וויל, האלט נישט איין קיין צוזאגן, וויל יאנאש אויסשרייען הויך "איך וועל מיך נישט לאזן פירן פון די געמיינע חברה, איך וועל האלטן די וואפן ביז ווען די קרעמער פארטיי וועלן זיך מודה זיין, און זיך אנטשולדיגן ברבים".
עס איז נאר צום האפן אז די ווארעמע ווערטער פון יאנאש'ןס טיפע הארץ וועלן אויפטון דאס זייער'יגע, און עס וועלן זיך אויפהערן די שמוציגע זאכן פונעם קרעטשמע ווי אומשנעלסטן.
א פרייליכן אדר
תוקן על ידי - יאנאש - 01/03/2006 22:27:40
 |
|
|