בית פורומים היימישע קרעטשמע

נישט פאר קיין שוואכע הערצער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/3/2006 17:21 לינק ישיר 
נישט פאר קיין שוואכע הערצער

היינט אינדערפרי, ווען איך בין מיט מיין פערד און שליטן געפארן פארפיקן דעם דאיען, און איך פייף מיט'ן הארן, איינס צוויי דריי, און ליידער אין קול ואין עונה, איך שטיי און טראכט וואס האט געקענט פאסירן, אבער איך קען נישט אויספיגערן, ביז איך האב דעם גרויסן בויך געטוהן שלעפן ארויף, צו דעם דאיען'ס הויז, פון אונטער דעם טיר טוה איך ליידער הערן וויינען און יאמערען, איך קלאפ אריין מיט איידעלע קלעפ, איך האף אז נישט עפעס ערנסט האט געטוהן פאסירן, און די רביצין בכבודה ובעצמה קומט צו די טיר שפאצירן, מיט געשוואלענע אויגן, טוט זיך מיך מקבל פנים זיין, פרעג איך מיט א קול נמוכה, איז עפעס געשעהן טייערע רעביצין, זאגט זי וואס זאל איך דיר זאגן, דער דאיען איז אין א גרויסע דעפרעסיע אריינגעפאלן, זי ווייסט נישט וואו זיך אהינצוטוהן פאר בושה, פרעג איך וואס הייסט, זאגט זי דו האסט נישט געמערקט אז די נעכטיגע שיעור האט שוין דער דאיען נישט פארגעלערנט, איך שטיי און טראכט, מיין זכרון טוט זיך עפענען, יאפס ליידער איז דאס אמת, פרעג איך נו וואס זאגט דער דאיען, זאגט זי ער רעדט נישט צו קיינעם, אסאך מיסד קאלס אויף זיין טעלעפאן איז פארהאן, ער הייבט נישט אויף ער מאכט זיך ווי א טויטער ל"ע, ער וויל זיין מויל נישט עפענען, ער עסט שוין נישט זינט דעם נעכטיגן טאג, די טלית ותפילין האט ער נאך זינט נעכטן נישט אויסגעטוהן, ער נו'קעט אהער און אהין, אויפגעבראכט און צומישט, וויינט די רביצין.

רבותי עפעס ערנסט האט פאסירט זייט מתפלל, מאכט משמורות האט אינזין רפאל בן עטל, פאר א רפואה שלימה, אבער ביטע פאר די מאמע גארניקס פארציילן, ווייל דאס קען איר צו די הארץ נאנט טרעטן, אויב ווייסט עמיציר, פון א גוטן דאקטאר, זאל זיי מוחל זיין און לאזן וויסן.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2006 19:01 לינק ישיר 

סאכדעס

אינטערסאנט, פונקט היינט האב איך גערעדט צו איינעם פארציילט ער מיר זייער א ענליכע מאנסע,
יאך האב מורא אז דאס איז אן עפידעמיע. ה"י!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/3/2006 19:17 לינק ישיר 

סאכדעס;

וואס דו זאגסט נישט?

פונקט היינט האב איך געמערקט אז 'עפעס' גייט פארן מיטן הויכגעשעצטן דיין, איך האב אליין נישט געוואוסט פונקטליך 'וואס' עס האט פאסירט, אבער עפנענדיג מיין גוגעל-טאלק האב איך ערווארטעט צו זען - ווי שטענדיג - א גריס פונעם דיין, תמיד האט ער א גוט ווארט אויפן פלאץ (כידוע ליודעים קען מען אין גוגעל-טאלק אנשטעלן אז יעדער וואס קומט ארויף זאל באגריסט ווערן אויטאמאטיש), די לעצטע פיר חדשים פלעגט דארט שטיין "פורים קומט, פסח גייט, שבועות איז א שיינע צייט", זינט ראש חודש אדר איז געשטאנען דארט "ס'שפרינגט זיך, ס'טאנצט זיך" אדער "לעבעדיג ס'איז אדר אויף דער וועלט" (די לשונות זענען נישט פונקטליך, נאר בערך, איך קען נישט געדענקן צווישן אזויפיל חברה וואס איך האב אויף גוגעל-טאלק פונקטליך וואס יעדער האט געשריבן די לעצטע 2 טעג).

היינט אבער צו מיין ערשטוינונג זעה איך א מעסעדזש אין דזשיבעריש: VHHBY THZ PURHO NTRDI THZ TUHX

פון אנהייב האב איך געקלערט אז דאס איז רוסיש (כידוע איז דער דיין געווען פון די סנהדרין און קען אלע זיבעציג לשונות בחרדל), שפעטער האב איך זיך אריינגעטאן דערין און אויפגעקומען אויף די פשט דערפון, עס איז די ענגלישע אויסלייג פון: היינט איז פורים מארגן איז אויס.

די מעשה איז נאכנישט פארטיג, איך פויל זיך נישט און געב א קליק דעם דיין און בעט אים אז ער זאל דאס איבערטוישן אויף אידיש, כ'מיין ווי נישט ווי זענען דאך דא אנדערע אידן וואס זעהן דאס און זענען נישט גענוג כיטרע צו כאפן די משמעות הדברים (צב"ש פענסטער...), אבער דער דיין ענטפערט מיר צוריק (שלא כדרכו) קורץ און שארף: לא רוצה!!!!

בשעת מעשה האב איך נישט געוואוסט וואס צו טראכטן, כ'בין באמת געווען פארלוירן, איך האב שוין אנגעהויבן קלערן אז עימיצער פארדעכטיגט האט זיך צוגעזעצט צום דיין'ס קאמפיוטער, אדער איז דאס גאר געווארן צוריק אנגעשטעקט מיט די געפערליכע מחלה (ווער געדענקט נאך ווען די רוחות ולילין האבן זיך ארויסגעכאפט פונעם כאטקע ביים עק דארף און גראד אריינגעשפרונגן צום דיין אין קאמפיוטער?).

יעצט - ליינענדיג די תגובה פון סאכדעס - איז מיר שוין אלעס פארענטפערט, און איך וויל טאקע דערקלערן א יום תפילה... דער עולם זאל איינרייסן (אין די פאטעיטע טשיפ בעגס) און בעטן (נאך) כן יהי רצון.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > נישט פאר קיין שוואכע הערצער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext