| נשלח ב-8/3/2006 16:29 |
|
| |
די גרעסטע סכום
עס קומט דאך דער הייליגער יום טוב פורים, וואס א גרויס חלק פונעם עבודת היום איז מתנות לאביונים און סתם צדקה פאר כל הפושט יד.
איז אין פלאץ אנצופרעגן דעם חשוב'ן עולם: וואס איז געווען די גרעסטע סכום געלט וואס איר האט אויף איינמאל ארויסגעגעבן פון די קעשענע פאר א צדקה צוועק?
== איך האב שוין איבער 3 מאל געגעבן אן אלף'ל אויפאיינמאל.
פונקט די וואך האב איך געגעבן פאר איינעם - אזוי נישט מיר נישט דיר - חמש מאות.
איך האלט אינמיטן אויסרעכענען וויפיל איך געב יערליך פאר די אלע מוסדות און ארגעניזאציעס ווי "חברה הצלה" און דאס גלייכן, וואס קאסטן ווי א מארטגעדזש כך וכך דאלער א יאר, עס קומט אויס צו שווערע געלטער א יאר.
איך קען באשטיין צו הערן פון אנדערע אויב איך האב שוואכע השגות, אדער איך בין א פילאנטראפ. אדרבה, לאזט הערן אייער מיינונג, און וויפיל איר האט שוין אויסגעגעבן אויף איינמאל פאר צדקה.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 16:33 |
|
| |
שכר לימוד counts? איך האב באצאלט מיין התחייבות פאר אינזער קהילה נאך 5 יאר זיין א מעמבער עס איז אויסגעקימען מער פין א אלף אבער dos it count?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 17:06 |
|
| |
אלס א ישראלדיקער, זענען מיינע באגרייפונגען אין די סומעס פון אייך אמעריקאנער אין יענע עק וועלט גאר קנאפ.
מען דערציילט, אז א מאל פורים, האט זיך א בריסקער בארימט אין שיל, אז ער האט זוכה געוון מקיים צו זיין די מצוה פון מתנות לאביונים מיט גרויס הידור, צוליב דעם וואס ער האט געפונען אן אמעתן ארעמאן, א גרויסער ניצרך.
האבן אים די חברים געפרעגט: ווער איז דער ארעמאן? אויך אונדז ווילן מקיים זיין מיט אים דעם מתנות לאביונים. איים סארי, האט ער זיי געענטפערט, אז איך וועל אייך אויסזאגן ווער ער איז, און אלע וועלן אים גיבן מתנות לאביונים, וועט ער שוין נישט זיין אזא גרויסער ארעמאן, און איך וויל אים אפהיטן פאר מיר אויך אויף איבעראיארן, כדי כ'זאל קענען ווידער מקיים זיין די מצוה מיט הידור.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 17:27 |
|
| |
קנאי;
שכר לימוד קען מען לכאורה נישט רעכענען, קודם כל איז עס נישט איינמאל א יאר (גראדע ווען מען צאלט איין אנהייב יאר אויף א גאנץ יאר, געבן געוויסע מוסדות א הנחה פון כך וכך פראצענט), נאכדעם איז דאך דאס אן התחייבות, נישט קיין צדקה.
מעמבערשיפ? לכאורה קען מען דאס אויך נישט רעכענען, פונקט ווי מען קען נישט רעכענען וויפיל דו צאלסט פארן טיקעט צום יענקי געים...
=== ר' מטות;
אדרבה, מיר ווילן הערן פון אייך - ארץ ישראל אידן - וויפיל איז א דורכשניטליכע נתינה ביי אייך? וויפיל הייסט געגעבן למעלה מכפי יכולתו? וואס איז דער גרעסטער סכום וואס איר האט געגעבן אויף איינמאל פאר צדקה (אויסער פאר די אידענע).
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 18:20 |
|
| |
ר' קרעמר.
אין ישראל איז מען זיך נוהג צו שטעלן צום משלוח מנות פאר די מלמדים פון די קינדער א קאנווערט מיט א נתינה. כאטש הונדערט שקלים פאר יעדן מלמד פון יעדן קינד אין חיידער.
אויסער דעם און אויסער די נתינה פארן פערזענלעכער רבין, (ביי מיר איז דאס 300 שקלים) זענען דא די אגענטן פון די היימישע מוסדות, אינסטיטוציעס, גמ"חים, און ת"תים, (ביי מיר קומט דאס אויס, מער-ווייניקער 700-800 שקלים) און דערצו נאך האלטן אין איין קומען "פארשטעלטע דעלעגאציעס" וואס זאמלען פאר פארשידענע צוועקן, (ביי מיר לאזט זיך דאס אויס מיט נאך דריי הונדערט שקלים).
פון אזא פורים ווער איך אזוי אויסגעפליקט, אז איך דארף שוין חלילה, כמעט אליין גיין איבער די הייזער...
תוקן על ידי - mates1 - 08/03/2006 18:27:51
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 18:52 |
|
| |
אלזא - ר' מאטעס - לאמיר מאכן א שטיקל סך הכל:
פארן רבי'ן שליט"א = 300 מוסדות התורה והחסד = 7/800 פארשטעלטע שנארערס = 300 קינדער'ס מלמדים = תלוי וויפיל קינדער מען האט, לאמיר זאגען אויב איר האט 3 קינדער = 300
סך הכל: 1,600/1,700 שקלים
עס קומט אויס פארן אומוויסנדן אמעריקאנעם ווי אן אבנערמאלען סכום.
אבער איך האב אנגעפרעגט מיין חבר פון א"י וויפיל דאלער עס ליגט אין דעם חשבון, האט ער מיר געזאגט אז 100 שקלים איז בערך 21 דאלער.
יעצט מאך דעם חשבון: 17 מאל 21 קומט אויס פונקטליך 357 דאלער...
====== לאמיר זען וויפיל דער פורים קאסט אפ פאר א דורכשניטליכן אינגערמאן אין ניו יארק:
פארן זיין רב אדער דיין (אדער רבי) = 100 קינדער'ס מלמדים = 50 / 100 באס דרייווער = 25 באס רבי = 20 מיידלעך'ס לערערין = 20 געלט גייער'ס פורים צופרי אין די שוהלן/מתנות לאביונים = 50 צדקה במשך יום הפורים = 150 / 200 (אויב מען געט פאר יעדן לכה"פ א דאלער)
סך הכל פאר א דורכשניטליכע אינגערמאן מיט 3 קינדער: 600 דאלער
כמעט דאפעלט ווי א ארץ ישראל איד!
[מאביל'ס וואס קומען ארויף איבערדרייען דעם שטוב (דאס איז נאר פאר נגידים) קאסטן צווישן 20 / 100]
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 18:59 |
|
| |
ר' קרעמער, איך הייב אן האבען דרך ארץ פאר דיר, אזוינע שיינע נתינות וואס איז דיין אדרעס. איך וועל מיר אנטוען א מאסק און קומען נאך א נדבה.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 19:09 |
|
| |
נאטורליך;
פאר איין נארישע דאלער ביסטו גרייט צו שמעקן די גערוך פונעם מאסק און זיך דערשטיקן דערין?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/3/2006 19:19 |
|
| |
איך גלויב אז די וועסט מיר געבען א שענערען מתן בסתר. איא?
|
|
|
|
|