וויפיל פאכן קענט איר שוין
איז אזוי די לעצטע צוויי דריי וואכן האט מען מיר געקאט די ארבייט, דאס מיינט, אז מהאט אראפגענומען עטליכע פונקציעס פון מיין פלייסע, און איך האב באקומען אן אסיסטענט ווי מריפט עס, צוזאמען מיט דעם איז צוגעקומען נאך עפעס, זייער אסאך איבריג צייט, נו איך זיץ דאך ביי א קאמפיוטער וואס האט דאך אינטערנעט, האט מען יעדע זאך וואס איך האב געזעהן, דורך געארבייט, ווי למשל איך בין געזיצן אין אפיס, און ארויס געקוקט פון פענסטער, און איך האב באמערקט א פליגער, איז מען געגאנגען פינקטליך אויסארבייטן וויאזוי דאס ארבייט, איך קעןן שוין אפילו פירן א פליגער, לאכט נישט איך ווייס שוין פינקטליך ווי אזוי מליינט א ראנוועי, וואס די קליינע טעוועלך מיט די עי בי סי מיינט, וויאזוי מפירט ארויף דעם פליגער ווי אזוי מרעדט צום קאנטראל טאוער, איך בין שוין געזיצן עטליכע שעה, און מיטגעהאלטן פינקטליך יעדע פליגער ווען ער הייבט זיך, ווען ער לאזט זיך אונטער, צו די ראנוועי איז שוין קלעיר צו טעקסיען וכדו', אזוי אויך ווייסאיך שוין פונקטליך וואס א פלייט אינטענדענט דארף וויסן, און וויפיל זיי מאכן, בקוציר איך קען שוין עפענען אפילו א עירליין.
אזוי אויך איך האב געזעהן די באנק פון פענסטער, איז מען געגאנגען זיך אויסלערנען פינקטליך ווי אזוי די בענק סיסטעם ארבייט, וויפיל א באנק מענעשער מאכט, וויאזוי די באנק סיסטעם און אמעריקע ניצט איבער יעדן דאלאר 10 מאל.
ארויסקונדיג, זעה איך א רעסטראנט, נו בין איך פינקטליך דורך געגאנגען די פראדעצאר וויאזוי מווערט א גוטער קעכער,
בקוציר, בין איך די לעצטע פאר טעג געווארן א בעקער, א פילאט, א בענקער, א אקטיאר, א זשורנאליסט, און איך געדענק שוין נישט אליינס פינקטליך וואס אלס,
בין איך אזוי סתם נייגעריג צו וויסן וואספארא פראפענשאנס, איר קענט שוין אלס,
און אגב, לכבוד פורים האב איך געלאזן מיין פאנטאזיע אביסל פארן, לאמיר זיך אימעזשענען, ווי די גייסט ארויף אויף היימיש עירליינס, וואס וועט פליען קיין א"י ביים טיר פון פליגער וועט שטיין אן היימישער אינגערמאן אנגעטוהן אין די מונדירן פון היימיש עירליינס, און אייך שיין באגריסן אויף אידיש, איר זעצט זיך אראפ האט איר א גאנצע ליסטע פון עמ פי טריס וואס איר קענט אויסהערן פון ר' יוסף חיים גרינוואלד, אדער א ניגון פון יונתן שווארץ, איר זיצט אין הערט אויס די פינקטליכע אינפארמאציע אויף אידיש, און נאכדעם הערט איר "ברוכים הבאים אויף היימיש עירליינס פלייט נומער, פיר הינדערט זעקס און דרייסיג, קיין ארץ ישראל, דא רעדט צו אייך קאפיטאן זרח פעפער, פון אלט וויליאמסבורג, די אינטער קאפיטאן איז יענקל פיקלעשפארגן, פון סקווער, מיר האפן ביז עטליכע מינוט זיך צו הייבן, אזוי ווי סאיז דא א לאנגע ליין האפן מיר צו מאכן א שארקאט דורך'ן גראז, ביטע זיך צובעלטן און אכטונג געבן אז די קאנטראל טאוער זאל אונז נישט באמערקן, מיר האפן אי"ה אנקומען קיין א"י און ארום צען און אהאלב שעה, דערווייל ביטע איינזיצן רואיג, נאכן זיך הייבן וועט מען דאווענען מנחה אינעם ביהמ"ד פונעם עראפלאן, מבעט מזאל לאזן די רבנים זיצן אויבן אן, א דאנק פארן אויסוועלן היימיש עירליינס, קאפיטאן פעפער"
אדער איר קומט אן אין באנק זיצט א היימישער אינגערמאן אלס טעלער, אדער וכדו'.
 |
|
|