| נשלח ב-9/4/2006 20:01 |
|
| |
וואס מיינט דאס #2
ואני און איך גרויזאמער קען נישט פארשטיין דאס פאלגענדע:
אסאך וואסערן זענען שוין דורכגעלאפן די פאסיפיק אקעאן, די משנה עיתים ומחליף את הזמנים האט שוין אראפגעברענגט זינט דאן פילע משנה עטי"ם'ס, די דאן-פרישע-טינט און פאפיר ליגן היינט אין די אייראפעישע מוזעאומס אדער אין לייפציגער בית החיים. און נאך אלץ קען מען נישט פטור ווערן פון די יעניגע שרייבערס.
וועסטו וועלן מיינען עס איז געווען שרייבערס מיט טעם וריח...
ניין. אויסגעזויגענע שרייבערס מיט פעדערלעך וואס האבן אויסגעשפיגן כל מיני פראזן וועלכע האבן אויפגעבליטשטקעט אין מח נישט ווייט פונעם פעדער אויפן אויער, בעצם יום השבת.
ווען היטלער הרשע האט פארטריבן די אידן אין אוישוויץ אריין, זענען די יעניגע אלע אויך נישט אפגעשוינט געווארן, מיט זייערע גרויסע טשופעס און רינדעכיגע גלעזער האבן זיי מיטגעטיילט א אייניגע חלק מיט די זעקס מיליאן קדושים.
נאר וויאזוי דען? וויאזוי איז אבער פארט פארבליבן זייערע אלע פראזן וואס קיינער אין דער וועלט וועט נישט וויסן אנצוצייגן עטוואס ענליך צו דעם אין קיין שום ערשטע-צווייטע-דריטע וועלט לענדער שפראך?
וועל איך דיר זאגן, יא! (ניין) איך ווייס נישט!
יעצט איז געקומען די רייע אויף די נעקסטע פראזע:
פאלג מיר א גאנג (אדער פאלג מיך א גאנג)
וואס -מיט שיינס געזאגט, מט'שיינס געזאגט, מ'שטיינס געזאגט- אין די וועלט מיינט דאס????
העעעעעעעעעעעע???????????????????
פון גרויזאמער ביז קרעמער איז פאלג מיר א גאנג!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2006 22:26 |
|
| |
אין די דריטע וועלט לענדער בין איך נישט אזוי באקאנט (אויסער די געסט/גנבים וואס דרייען זיך אונטער די פיס ביים פסח מאכן און סוף טאג געפונט מען ליידיגע בערזלעך אין יעדן ווינקל), אבער אין כינע איז די "פאלון-גאנג" א באקאנטע סעקטע מיט מיליאנען נאכפאלגער, עס איז אזוי גרויס און מעכטיג, אז די כינעזישע רעגירונג פארכט זיך פון זיי מער ווי פונעם טויט אליין, און האט זיי פארבאטן פראקטיצירן זייער גלויבן, אלס רעזולטאט האבן זיך צענדליגער פון די גרופע (ליין: קולט) אונטערגעצינדן ברבים אין טיענענמאן סקווער (דארט ווי עס זענען פארגעקומען די מאסן רציחות דורך די כינעזישע מיליטער אויף רעוואלוציאנירישע פאלקס אויפשטענדלער וואס האבן פארלאנגט דעמאקראטיע און פרייהייט פון ווארט.
אבער פון די פאלון גאנג ביז פאלג מיר א גאנג, איז - מ'שטיינס געזאגט - פאלג מיר א גאנג...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/4/2006 00:35 |
|
| |
גרויס איז געווען די שמחה פונעם קריגס מיניסטער ווען זיינע נאנטע רייטגעבער האבן אים מ'טשיינס געזאגט אנגעוויזן אויפן אינטערנאצינאלען נעץ געוויסע קוועלער איבער דעם פאלג מיר א גאנג.
קודם דארף געזאגט ווערן איינמאל און נאכאמאל, אז דער סוף פסוק איז דא אז די שיין-שרייבערס היינט ווייסן נאך אלץ נישט מימינים ומשמאלם, ווייל אפילו דער ווארט האט א מקור נוצען זיי עס אויף אזאלכע נישט ריכטיגע פלעצער אז די האר פון קאפ שטעלן זיך אויף (וואטעווער איט מינס).
יעצט צום ענין.
משה שטעלט אפ דעם אויטא מיט א רואיגקייט, "זאגט נאר ר' איד, איך וויל אנקומען קיין מאנהעטן, אפשר טראגט איר מיר צו".
דער דרייווער קען נישט משיג זיין די חוצפה פון א נארוואס געווארענע בחורל וואס שטעלט אים דא אפ טיף אינמיטן די מאנסיע שאסייען און באגערט אים צו נוצען אלץ זיין שאפער קיין מאנהעטן.
"בחורל הער מיך צו, איך קען דיר צופירן א גאס צוויי, אבער פון דא ביז קיין מאנהעטן? איז פאלג מיר א גאנג"
פירוש גרויזאמער: "פאלג מיר" כלומר דאס וואס די ווילסט אז איך זאל דיך פאלגן, איז "א גאנג". ווי מ'זאגט דער איד וואס איז געווארן א יורד, ער איז געגאנגען א גאנג. יעדע ווייטע שטרעקע וואס אונזער שכל קען זיך שווער אויס'משל'ן ווערט אנגערופן א גאנג.
דאס "פאלג מיר" איז דא "א גאנג". ווייל די קענסט פארגעסן דערפון!
פון דא איז די מקור אויף יעדע זאך וואס לייגט זיך שווער אויפן שכל, נוצט מען דעם אויסדרוק פאלג מיר א גאנג.
עס האט אבער גארנישט מיט דעם פון און ביז. "פון מצה ביז חמץ איז פאלג מיר א גאנג". ס'ארא עם הארצות!!!
ווי עס פאסט זיך יא:
דער קרעטשמע איז דאך אזוי שמוציג, אויפקערן דא איז פאלג מיר א גאנג.
אוקיי?
 |
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|