בית פורומים היימישע קרעטשמע

א שבת אין די פרעמד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/4/2006 22:51 לינק ישיר 
א שבת אין די פרעמד

סיז מיר אויסגעקומען צו זיין שבת אין דער פרעמד, נו גיי איך דאך דאווענען אין די שוהל פון דעם גאסט געבער, פרייטאג צונאכטס איז נישט געווען אינטערסאנט, אבער אינדערפרי, באצאלט זיך שוין אראפצולייגן דערפאר א באזונדערן אשכול.

וזה החלי, כ'שטיי אויף שבת אינדערפרי 9:00 און איך זעה דעם מכניס אורח זיצט שוין ביים דייניגרום טיש און טרינקט זיך זיין קאפי, און איז מעיין אין דעם בלעטל מבאר רבותינו, ער קוקט דארט אריין אזוי ווי דער האן אין בני אדם אריין, יאך פרעג איהם וואס שטייט דארט, ער זאגט מיר איך בין מודה אז איך ווייס נישט פונקטליך, אבער כאב א בעסערע געפיל צו טרינקן א קאווע און די זעלבע צייט אריינקוקן אין א ספר, סאו איך פרעג איהם וואו דאוונט מען? און ווען דאוונט מען, זאגט ער מיר, אה איך וועל מסתמא דאווענען אין פישפיק לאדיין, דארט איז דא צייט אנצוקומען ביז עלעוו אזייגער, פרעג איך איהם ווען שטעלט מען זיך, זאגט ער מיר זוממער אםם אם... 10:15 הודו, פרעג איך איהם נו איצט דאווענט מען שוין אזוי ווי זומער? זאגט ער מסתמא, שוין בין איך געווען רואיג, סיז דא צייט, איך גיי מיר אין מקוה, און מיגיימיר אין שוהל אריין.

סיז פונקט געווען 10:15 און טאקע דער בעל תפלה זאגט שוין הודו, איך זעה אבער אז די ספסלי בית המדרש איז נאך האלב ליידיג, איך הער שוין ווי דער עולם איז ביזי צו סיגייט זיין א שבה"ג דרשה פון דעם רב אדער נישט? סיז דא דארט א רויטער קליינער שמש, און ער מאכט שטיל דעם עולם מ'זאל נישט רעדן, איינער זאגט איהם אויב גייט דער רב זאגן די דרשה פאר דעם ליינען דארף ער ברענגן קידוש צו מאכן, און דער שמש איז עפעס נישט מסכים, ער טענה'ט אז ער זאל אהיימגיין מאכן קידוש און דערויף צוריק קומען, א צווייטער וואס איז אנגעקומן צו נשמת זאגט אז דער רב זאל כאטש זאגן די דרשה נאך דעם ליינען, זאל דער עולם קענען אהיימגיין, א דריטער זאגט פאר דעם שמש, אז די יעניגע וואס דאווענען נישט דא ביי שלש סעודות דארף מען ארויסווארפן, מ'שטיינס געזאגט, זיי וועלן אזוי לאכן אז דער רב וועט אראפגיין פון די בימה, אינמיטן די דרשה.
מיין שכן א קליינטשיגער, ווען דער שמש גייט אדורך, זאגט ער איהם אז דער בעל תפלה דאווענט צו שנעל, דער רויטער לויפט צו צום בעל תפלה וואס האט שוין געהאלטן ביי ויושע, אז ער זאל שטאטער דאווענען, קיין סאך האט איהם שוין נישט געהאלפן, אמער דער רב האט דאך מיטגעהאלטן, און וואו וואס ווען, האט מען אין צוואנציג מינוט געהאלטן ביי שוכן עד, דאן איז צוגעגאנגען א זיסער בעל תפלה וואס איך על שפעטער רעדן.

מ'האלט שוין ביי ויושע, און דער דאיען קוקט צו די טיר פון ביהמד"ר א אינטערסאנטע ספעקטאל באווייזט זיך פאר איהם, סישטראמען אריין חברה אז סיגייט א רויעך, איינע פון די מתפללים קבועים -לכאורה- ברומען זיך אונטער, וואו איז דער מנין דא אדער אינדרויסן?
עניוועי, דער קליינער רויטער לויפט ארויס מאכן ארדענונג, דער עולם זאל אריינקומען דאווענען, אבער דער עולם גולם האט צייט מ'הייבט אהן זוכן קאפס, אבער דער פראבלעם איז אז סיז שוין פארשפארט די קעסטליך, סאו איינער פון די קינדער אדער אייניקלעך פון דעם רב האבן זיך אנגעטראגן צו ברעגן קאפס פון רב'ס שטוב, און מ'הייבט אהן געהעריג, טרינקן קאפי, סיקומט כסדר אריין איינער און נאך איינער.
אינדערמיט קומט אריין איינער, וואס פניו מאירים, קומט אקאורשט פון די מקוה, אבער זיין אינגל איז שוין געווען אין ביהמ"ד פון אנפאנג דאווענען, און סקומט איינער און באפאלט איהם הא? אזוי שפעט קומט מען וואס וועלן דיינע קינדער זאגן? ער קומט קוים פארסאפעט זיין בארד איז נאך געווען אראפגעלאזט, אנגעהאט דעם שטריימל רעגן קאוט, און ער קען נישט פטור ווערן פון דעם נודניק, און ער זאגט איהם מיין זוהן איז עדות אז איך בין שוין אויף פון אכט אזייגער, איך מוטשע מיך מיט די הכנות וכו' כו', אבער יענער לאזט נישט נאך, קוים וואס ער מאכט זיך שוין א קאווע, ער שטעלט זיך צום וואנט ליינען די נייעס, און דער נודניק איז שוין ווייטער דא, און ער פייניגט אן אויפהער, ביז דער יעניגער רופט זיך אן, (לולי דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז ער איז זארעכפעפער) אפשר זוכסטו זיך א צווייטן אויף וועמען צו רייטן, איך דארף נאך שידוכים טוהן מיט מיינע קינדער, איך בעט דיר איך וויל זיך משדך זיין מיט אשכנזים, און לאז מיר לעבן, שוין אויף דעם האט שוין דער נודניק אויפגעגעבן.

ביי הויכע שמו"ע גיי איך אזוי ארויס אויף א מינוט צום ביה"כ זעה איך אז אויף א טיש ליגט א שטריימל איבערגעדרייט, האב איך דאס אינסטינקט, צוריק געדרייט, און איך באקום אזא בליק פון דעם מידלעדזש, און ער רוימט מיר אזוי אריין אין אויער, וואס ווייסט עטץ דער רעבע האט קיינמאל נישט אראפגעלייגט קיין שטריימל, נאר אויף די פארקערטע זייט, כדי די השפעות זאל האבן וואו אריינצוגיין, אפילו א קאפ האט דער רעבע קיינמאל נישט איבערגעדרייט, איך זאג איהם אנטשולדיגט, איך האב שוין געזעהן די בליקן פון דעם שמש אויף מיר, משטיינס געזאגט, וואס רעדסטו דארט, איך וויל שוין אפיאגן, ענדיגט ער נאך צו מיט אזא ביטול מינע און א מאך מיט די האנט, וואס ווייסט עטץ יונגע חברה. 

דער בעל תפלה האט גאנץ זיס געזאגט די יוצר, און סיז געקומען צו ממקומך האט ער אנגעהויבן א ניגון, און דער עולם נעמט איהם איבער איינער אויף טאן 10 און א צווייטער מיט א שטילערן טאן, אבער סיז גאגאנגען צו איהם אזעלכע בליקן, אז ער איז שיעור שטיל געבליבן, אבער צום סוף האט די שטילער טאן געוואונען, און דאס איז געווען די ניגון פון שטרייכער אויף אין ערוך לך, איך פערזענליך האלט אז דער בעל תפלה האט בכלל נישט אנגעהויבן דעם ניגון, אבער מחמת דעם הויכן טאן וואס ער האט אנגעהויבן איז דאס נשתרבב געווארן צו דעם ניגון.

אקיצור די ערווארטעטע מינוט איז אנגעקומען דער רב זאל זיין געזונט שטעלט זיך זאגן זיין שבת הגדול דרשה, אנגעהויבן 11:20 און די ערשטע צען מינוט, האט ער צוזאמגעדרש'נט פון תשביתו בדיקה וביטול, איך על ענק זאגן דעם אמת איך האב נישט געקענט צוזאמשטעלן איין'ס מיט צוויי, און דער אויבנדערמאנטער וואס האט געטענה'ט אז מ'דארף פארשיקן אלע וואס זענען נישט דא אלע וואך, זיצט אקעגן דעם רב מיט א ערענסקייט און שישקעט אלע וויילע, דער עולם יעדע פאר מינוט דעקן זיך איבער מיט דעם טלית, און וויינען (לאכן) אן אויפהער.
בקיצור סיקומט שוין אהן צו די פירצות פון דור, און ער האט געפונען פאר וויכטיג מוחה צו זיין אויף די אדווערטייזמענט וואס האט אויף די הסיבה בעט א סעלפאון, און ווי אויך אויף די אומדערהערטע פירצה, פון אידן וואס לייגן ברכת המזונ'ס אויף אזעלכע פאלשע ציטראנעס, -איך ווייס נישט פונקטליך וואס ער מיינט דערמיט- און בחדא מחתא איז ער מוחה אויף די קאווע געטרונקעכטס ביז נשמת.
מענין לענין באותו ענין, רעדט ער ארום פון די והגדת לבנך די גרויסע חיוב פון חינוך, וואס איז שייך פאר א יעדן טאטן, מיט גרויס התעוררות זאגט ער בתוך הדברים אז סיז אין בחי' פון ומתלמידי יותר מכולם, אז אויב איז מען מחנך די קינדער, דאן איז דאס פועל אויף די עלטערן אויך, און וואו אויך האט ער גאר שטאק מעורר געווען אויף די הרגיישעס וואס יעדער איד דארף האבן ביים סדר נאכט, וכו' כו', (איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אזא אויסדרוק אויף הרגשים) וואס מ'זאל פארציילן פאר די קינדער, סיפורים פון די צדיקים הקודמים.
און אזוי אויך האט ער מעורר געווען, אויף פיל ענינים וואס יעדער בעה"ב דארף זיך אויסשמועסן להלכה אין הלכות פסח, לדוגמא,די בעלי בתים וואס קומען שפעט אהיים צו די בדיקה, איז דאך אן ענין אז מ'זאל בודק זיין גלייך ווען ס'ווערט נאכט, אמער, די חיוב בדיקה איז דאך א זמן ארוך, און ווי אויך אויף ווען מ'זאל פארקויפן די חמץ פאר דעם גוי, און ער פסק'עט אז די אלע זאכן זאל מען אויסשמועסן מיט דעם מורה הוראה וואס מ'פארקויפט ביי איהם דעם חמץ.
בקיצור עכת"ד ער האט גערעדט און גערעדט, און פון צייט צו צייט שטיל געבליבן און מעיין געווען אין דעם צעטל וואס ער האט זיך פארגעשריבן, סיהאט שוין אנגעהויבן צו ווערן א גרודער אין ביהמד"ר מ'שטיינס געזאגט, ווער האט דען אזויפיל געדולד?, ביז דער רויטער שמש - גבאי האט זיך געשטעלט א קעגן דעם רב, איהם צו וואונקען אז ער זאל שוין אויפהערן מיט די וואונדערבארע דרשה, סיז מיר גלייך אויפגעקומען די פראז פון די טעיפ פון ווייטוקעי וואס דער ליטפאק ביי די היטש רופט זיך אהן "אזעלכע גרויס שטות" שוין מ'הייבט שוין אן אתה הראית.

דער בעל קורא איז דאך רח"ל, ער איז אזוי נישט פארגעקוקט, אז אינמיטן ליינען לויפט ער צו צו א אינגערמאן, איך דארף דיך האבן עמערדזשענסי, זאלסט מיר אונטער זאגן, זאגט איהם יענער נעקסטיים קוק דיר בעסער פאר, אבער כאב געזעהן אז ער איז פארט צוגעגאנגען אונטער זאגן.

בקיצור דאס איז אויף דערווייל, ווער סיהאט עני קוועשאנס קען פרעגן, ווי אזוי זאגט אמנון נאך זיין הקדמה, למי שיש לו שאלות בבקשה.



תוקן על ידי - סאכדעס - 09/04/2006 22:55:35

תוקן על ידי סאכדעס ב- 26/10/2016 19:05:07






דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/4/2006 00:10 לינק ישיר 

כא כא סאכדעס, אזוי קוקט אויס יעדע וואך אין מיין שול..... ס'איז דא פלעצער ווי עס קוקט אויס אנדערש??.... און אויך די דרשה, האבן נישט אלע רעבעס די זעלבע דרשה? וויפיל דרשות איך האב נאר געהערט זאגן זיי יעדער בערך די זעלבע, כ'מיין זיי נעמען עס פון עפעס א וועב-סייט פאר 'טווענטי פאר ניינטי ניין'... אלענפאלס (איך כאפ אריין צו ניצן די ווארט ווילאנג דער גרויזאם-מיניסטער וועט האבן טענות דערויף ווייל מ'שטיינס געזאגט ס'איז עפעס נישט אוקיי, און פון זיין קרימען ביז א מלחמה איז פאלג מיר א גאנג.....), זייער גוט געשריבן, ווען קומסטו צו מיין געגנט אויף שבת?.........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/4/2006 00:41 לינק ישיר 

התאחדות;

 בעסער ווי גוט, נעקסט טיים מעגסטו זאגן ווער דער הערליכער גאסטגעבער איז געווען, באט איך מיין אז דער עולם ווייסט שוין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/4/2006 01:07 לינק ישיר 

יענטאאש שרייבט:

איך כאפ אריין צו ניצן די ווארט ווילאנג דער גרויזאם-מיניסטער
וועט האבן טענות דערויף ווייל מ'שטיינס געזאגט ס'איז עפעס נישט אוקיי, און
פון זיין קרימען ביז א מלחמה איז פאלג מיר א גאנג.....),

איך מיין אבער אז דא וואלט געפאסט ענדערש דער פאלגענדער אויסדרוק:

פון זיין קרימען ביז א מלחמה איז א קאצן שפרונג (גרויזאמער; בין איך גערעכט?)



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/4/2006 01:13 לינק ישיר 

מ'שטיינס געזאגט א חילוק א קאצן שפרינג צי פאלג מיר א גאנג, ס'איז אלעס אוקיי.......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/4/2006 06:52 לינק ישיר 

יענטאאש;

איך ווידערהאול מיינע רייד: א קאצן שפרונג איז דער פאסיגער אויסדרוק וואס דו וואלסט געברויכט נוצן, עס איז די פארקערטע ווי פאלג מיר א גאנג, וואס שטומט בכלל נישט אין דעם זאץ.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/4/2006 11:59 לינק ישיר 


התאחדות.

וואס זאל איך דיר (זאגן) שרייבן?
שוין לאנג נישט געווען פון דיר אזא גוטע און געלאנגענע ארטיקל.

פאָר נאך אפאר פלעצער שבתים און ברענג אונז נאך אזוינע שיינע ציענדיגע ארטיקלעך.

5 גרינע מענטשעלעך.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-12/4/2006 00:40 לינק ישיר 

 אזעלכע צען מאל, איך האב מורא אז איך ווייס ווער דו ביסט, ווייל נישט צופיל חברה האבן געהערט די שמועס פון דעם נודניק -וויאזוי דו רופסטאיהם- און דעם אנדערן איד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2006 01:22 לינק ישיר 

התאחדות,

איך האב נישט געוויסט אז דו קענסט אויך 

כ'דענק דיך נאך פון די פיש פאר דעם יו"ט סוכות  אבער אז דו קענסט שרייבן אזאכע לאנגע שיינע ארטיקלען דאס האב איך נישט געוויסט


(התאחדות איך האב שווער געארבעט פאר דע גרינע מענטשעלע, איך האף אז דו וועסט דיך פרייען דערצו)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2006 07:22 לינק ישיר 

איצט נאך בדיקת חמץ איז דאס כמים קרים על נפש עיפה, שערקויך הרחמן, מ'מעג דיר זעהן דא אפטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/4/2006 08:00 לינק ישיר 

א גרויסן יישר כח התאחדות! זייער שיין! מעכטיג! (איך וואלט געברויכט מער מאריך זיין, אבער מפני טירדות החג וועל איך מקצר זיין).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/5/2006 00:41 לינק ישיר 

איצט קרעמער האסטו שוין מער צייט מגיב צו זיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/5/2006 01:04 לינק ישיר 

יעצט שלשים יום קודם החג בין איך שוין פארנומען מיט די הכנות צו יו"ט שבועות.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > א שבת אין די פרעמד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext