האט מיר אלע א לוסטיגן יום טוב פסח!
די צען ברעקלעך ליגן שוין פארפאקט אין זייערע ספעציעלע זעקלעך, אנגעגרייט פארברענט צו ווערן דעם מארגענדיגן טאג צוזאמען מיט די לולב בלעטער און די אויל און קנויטן פון חנוכה. די רוקן איז שוין אויסגעגראדעט פון שטיין איבערגעבויגן צוויי וואכן איבער שטויב און שמוץ און וואס נישט, די בענקלעך פינקלען די ווענט גלאנצן, די מים שלנו וואסער איז שוין אנגעשעפט און די קארטל פאר די ערב פסח מצות ליגט גרייט אויסגעטוישט צו ווערן מיט די זעקס 'צען דאלערדיגע מצות', די שענקלעך און קאבינעטס זענען שיין איבערגעפאקט און אויסגעצירט מיט זילבערנע פאפיר און ווייסע מאסק-קלעב, די גראסערי ארדער שיין אויסגעלייגט אין דעם אויסגעליניעטן פרידזשידער, די פרישע שאכטלעך גרעיפ דזשוס, עפל דזשוס, סעלצער און וואסער לייגן אן דעם אזוי אויך אנגעשטאפן איבערגעפולטן דירה (ליין: לעכל) וואס דינט אלס מיין הויפטקווארטיר ביז די רענאוואציעס פאר די נייע געביידע וועלן זיין פארטיג אי"ה.
און איך זיץ ביים קאמפיוטער וואס וועט אי"ה מארגן פארמיטאג געהערן פארן גוי, פרובירנדיג אריינצוכאפן נאך א ליין, נאך א שרייב, איידער איך געזעגן זיך פון דעם באליבטן כלי און פון אייך מיינע טייערע קרעטשמע פריינט ביז איבערן הייליגן יום טוב.
דעם חול המועד - ווי די פארגאנגענע פאר חול המועד'ס - וועל איך אי"ה זיין קאמפיוטער פריי, איך האף אי"ה נאך יום טוב צוריקצוקומען צו די קרעטשמע, ווי האפענטליך וועט שוין זיין פרישע "געבאקן נאך פסח" ביר און ברוינפן און גוטע תגובות.
איך וויל איבערלאזן א פערזענליכע ברכה פאר אייך אלע (איך האב נישט אנגעיאגט ארויסצושיקן די פריוואטע אישית בריוולעך פאר מיינע חברים, נעמט אן די דאזיגע רייד פערזענליך):
השי"ת זאל העלפן אז מיר אלע זאלן זוכה זיין מקבל צו זיין די השפעות פונעם הייליגן יו"ט פסח, מיר זאלן קענען נזהר זיין פון א משהו חמץ און דורכדעם אפגעהיטן זיין פון עבירות א גאנץ יאר, און האבן די זכיה מקיים צו זיין אלע מצות היום ווי עס באדארף צו זיין, באהבה ובשמחה ובטוב לבב, און מיר זאלן נאך היי יאר זוכה זיין לאכול מן הזבחים ומן הפסחים בביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן.
 |
|
|