| נשלח ב-23/4/2006 15:34 |
|
| |
געענדיגט מיט אלע תירוצים
פון חנוכה ביז פורים האט דער עולם זיך פארענטפערט אז מען ברויך משלים זיין די ארבעט פון חנוכה, מ'שטיינס געזאגט מ'ברויך דאך האבן פון וואנעט צו באצאלן די גרויסע הוצאות פון די פרעזענטס, פורים אליין איז דאך דער עולם שיכור ווי לוט, וויאזוי איז מעגליך צו שרייבן אז די קאפ שטייט נישט גראד?
פאר פסח האט דער עולם גע'טענה'ט און דער דף האט גע'טענה'ט און למעשה איז געווען האלב שטיל, אויסער אפאר קריגערייען אין די פייטינג עריע וואס כ'הייב נאך דערווייל נישט אן צו פארשטיין די אויפטוה דערפון. טייל האבן געקויפט פיצא, אנדערע האבן געוואשן אייער, געמאכט חרוסת געריבן בענקלעך און וואס נישט, אבער וואס איז יעצט די תירוץ?
איך פארשטיי אז איר וועט מיר צוריקזאגן: גרויסע צולייגער איינער, וואו ביסטו געווען? דו ביסט דאך קוים דא? אבער די אמת איז אז איך האב נישט קיין צייט צו שרייבן, קוים צו ליינען, אבער דאס איז נאר געווען ביז היינט, איך האב צוליב א סיבה יעצט צובאקומען אביסל צייט, און איך וועל עס אויסנוצן טאקע דא אין קרעטשמע און אויף אנדערע פורומים, וואו עס וועט זיך טאן, דארט וועט איר מיר זען.
רבותי, אויב איר ווילט מיר זען דאהי, שרייבט און שרייבט, און איך וועל צוריקשרייבן, איך קען נישט רעדן צו זיך אליין, אפשר קען איך יא, איך האב דאס אבער נאכנישט פרובירט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2006 17:10 |
|
| |
אגב האבעך פארגסן צי זאגן שרייבן ריף עס וואו די ווילסט אסעמער געבליבן אסאך קאטאטשעס מיט צוויבלעך ווער עס דארף קען זיך שטעלן ביים קרעטשמע טיר אונד ווארטן מיט א לערע זעקעלע מעהאפמער אסוועט זיך פיהלן און די הויפענעס
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2006 19:09 |
|
| |
איך בין נישט קיין גרויסער שפראכן קענער, דערפאר פלאג איך זיך נאך יעצט צו דערגיין וואס קאטאטשקעס זענען, ביטע, ווער עס האט איין אנונג, זאל מיר מעלדן.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2006 19:39 |
|
| |
איך וואלט דיר זייער געוואלט מעלדען נאר איך האב צוויי אנונג נישט איינס אפשר וועט איינער באלד זיך מעלדען אז ער האט איין אנונג וועט ער דיר קענען העלפן
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2006 21:50 |
|
| |
שוין לאנג נישט געהאט אזא הארבן טאטעניו...
כ'זאג נישט, א טאטן מוז מען פאלגן אפילו ווען מען פארשטייט נישט (אפשר נישט?), אבער א טאטעניו? דאס איז שוין א צווייטע געשיכטע...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2006 21:57 |
|
| |
יא יא קינד מיינס, סוועט דיר גארנישט העלפן, אזוי ווי איך הייס אזוי וועט זיין, פארשטאנען?!
02.5
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2006 22:09 |
|
| |
דער טאטעניו מיט אלע זיינע קאודס זאל מיר גרויס מוחל זיין, ער קען זיך נישט דערקלערן אלץ טאטע אויף אונז אלע דא, ווייל מיר וועלן זיך א ניק טאן "אדם הראשון" וואס האט נישט געהאט קיין טאטעניו...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2006 23:16 |
|
| |
טאטע אהער טאטע אהין איך האף טאקע יעצט נאך יאנטעף אביסל מער צו ערשיינען אין קרעטשמע,
איך האף נאר אז מען לאזט נאך אריין אפילו אנע אפישיעל לייסענס פלעיטס, ווייל צוליב מיין אפוועזנהייט האב איך נישט זוכה געווען צו באקומען מיינע פלעיטס אויסגעקריצט פיתוחי חותם מיט מיין ניק, חבל על ....
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2006 23:23 |
|
| |
ח'מיין אזאנס וועל איך נישט דולדן, בען האראחמען, מ'רעדט נישט אזוי כיצפעדיג צי א טאטען, בפרט אזא אלטן, ח'וואלט דיר געראטן אז דו זאלסט נישט קומען אזוי איינמאל אמאל ליינען אויף אמאל אלע אשכולות און מאחן א קוגל פון אלע ביינעזאם, קום כסדר אוןד אן על מיר רעדן.
02.8
|
|
|
|
| נשלח ב-23/4/2006 23:28 |
|
| |
גראדע ביזטו נישט מיין טאטע ווי שוין אויסגעשמועסט אין דער לאנגער פארגאנגענהייט, מיין טאטע איז יש אומרים הרחמן ויש אומרים אב הרחמן, עכ"פ טאטעניו זיכער נישט, איך ווייס נישט וועמענס טאטע דו ביזט יא, ממילא דערשרעק איך מיך נישט אזוי,
02.9
|
|
|
|
|