ווי דער עולם ווייסט בין איך איצט מיט דעם דאיען שליטא אין די האטעל וואס איך ווייס נישט וויאזוי מ'שרייבט דאס אפילו אויף אידיש, כקען שוין גראדע די מאנגאליעשע שפראך, אבער נאך נישט אזוי גוט דאס צו קענען טרענסלעטן, אבער אזוי ווי דערמאנט, כאב דאס גראדע פארגעסן צו באטאנען פריערט איז דער דאין הארט פאר'ן ארויספארן געווען ביי די שטורומישע זיצינג אין קרעטשמע וואו עס זענען געזעסן נאט טו יאנאש בעני יאך בין אנגעקומען שפעט, שיער נישט פארגעסן פענסטער יר"ה, אגב אויסער יאנאש זעהט מען אין קרעטשמע קיינעם נישט פון די אלע, אקיצור, האב איך קודם נישט געהאט רשות פון אלעמען אז יאך מעג שוין מיט טיילן די נייעס פאר די פובליק, למעשה, איז מירשוין געלונגען צו שאפן טעלעפאנישע פארבינדונגען מיטדי חברה, גראדע האט יענטאש אויפגעהויבן, ער האט אלעמען פערזענליך געפרעגט, -דער דאיען האט מיטגענומען זיין סעטעלייט טלפון, אויב אידן האבן שאלעס- אקיצור האבן זיי געגעבן רעכט.
די מעשה איז איבער א מקוה, וואו דער עולם ווייסט איז דער ענין פון מקוואות זייער נזנח אין די היינטיגע צייטן, איי ווי נעמט מען די צייטן פון אמאל, נישט חס ושלום אז דערעולם איז נישט אזוי נזהר, אויף דעם קען מען דאך זאגן אכשר דרי, אבער די פראבלעם איז די מקוה אידן און די בעלי בתים אויף די מקוואות די בכל אתר ואתר, מ'שטיינס געזאגט מ'האט אנגעהויבן לייגן אזעלכע צוימען ביי די מקוואת, מ'לייגט קליינע האנטוכער, סיז נישט דא גענוג הענגערס, אז מ'זאל זיך קענען אויפהענגן אלעס הכל בכל מכל כל, אפילו דעם קאפ, (וואו שוין גערעדט ביי אן אנדערן טישל), אקיצור פראבלעמען אהן א שיעור, מ'דארף צו באצאלן טאטע געלט, און קוים קומט וואסער פון די שאוער, און פון די גרעסטע פראבלעמן איז נאך אין די גרויסע מקוואות, וואו סיז דא א סיין ביי איין זייט אריין און ביי די אנדערע זייט ארויס, אז דער עולם ביים ארויסגיין כאפן זיי נישט אז מ'דארף נוצן די אנדערע זייט טרעפ, מ'שטיינס געזאגט די סיין איז אונטערן רוקן, און אזוי ווייטער, ווער רעדט נאך שבת ביי די צוימען ווען סיקומט אן ערליכער איד אין מקוה מאכט ער זיכער אז דער וואס אי זאונטער איהם זאל כאפן א גוטן זעץ פון די צוים וואו ער לויפט אזוי אריין, מיינענדיג אז מ'באמערקט איהם נישט, למעשה האט מען זיך געזעצט א מיטינג די גאנצע באהערדע וואס מ'קען טוהן, פארשטייט זיך אז מ'רעדט אזעלכע האקעלע ענינים האט מען אריבער גערופן דעם דאעין, הערן א דעת תורה.
נאך לאנג זיך איבערקלערן, רופט זיך דער דאיען אהן, יא מ'דארף מיר מאכן אן אייגענע מקוה דא אין קרעטשמע, און דער דאיען האט באויפטראגט יאנאש'ן, היות ער וועט נישט זיין דא די צייט, על כן עט ער מוזן זעהן אנצוהויבן מיט די פראיעקט, קודם וועט מען מאכן א מעכטיגע פאונד רעזינג קאמפיין, און דאן וועט מען זיך נעמן צו די ארבייט, דער דאיען זאגט אז ער ווייסט גענוי וואו די קוואל וואס דער אלטער רעבע האט נאך גענוצט, גלייך ביים אהערקומען, ווען כ"ק אדמור זיע, האט זיך גטובל'ט פשוט און פראסט און א אפענע קוואל, און דארט וועט מען בויען די נייע מקוה מפוארה, וואס די גאנצע געגענט וועט הנאה האבן, און ווי אויך דע אומגעגענט, -וואטעווער איט מינס-
די מקוה באשטייט צו זיין גרויס 20,000 סקווערע פוס, און א נייע זאך האט מען געמאכט אז סיוועט זיין אויף יעדע באנק א דיוויידער פאר יעדן מענטש באזונדער, איטליכע דיוויידער וועט האבן לכה"פ 5 דאבל הענגערס, און נאך צוויי, זאל זיין, און די שויערס וועלן האבן א ספעציעלן פאמב וואס וועט שיסן די וואסער אויף א וואונדערבארע שנעלע ספיד, אז מ'עט דאס דארפן איינהאלטן מיט א ספעצילען קנעפל, אויטאמאטיש, און וואו אויך וועט זיין די טרעפ אריין צו די מקוה וועט עס שטיין מיט אזעלכע גרויסע אותיות אז אפילו די וואס האבן גאר שטארקע ברילן און וואו אויך נישט זענדיגע, וועלן דאס קענן ליינען, און אויף ארוי סוועט דאס אראפ הענגן אויף די אנדערע זייט מיט גרויסע אויתיות העכער וואו דו טרעפ ענדיגן זיך ארויסצוגיין, און ווי אויך האט נאט טו מעורר געווען, אז מחמת כבוד המקוה, וועט מען שרייבן אויף די אנדערע זייט נישט ארויס , און ביי די טרעפ אריין וועט זיין א שילד נישט אריין, און אזוי וועט מען קענען געהעריג איינהאלטן די תקנה חמורה פון אריין און ארויס, וואו אויך וועט זיין צוויי גרויסע טירן וואס וועלן זיך באלד עפענען ווען א מענטש שטייט דערנעבן, און שבת וועט דאס ארבעט מיט אזא לופט אזוי ווי די שבת שלאק, בקיצור, ס'ערווארטעט אונז גרויסע נייעס.
פאר איך פארגעס, גרויזאמער הערנדיג פון דעם דאיען די סיבה פאר וואס ער האט געשפעטיגט צו קומען צום פלייט, וואס ער האט שיער נישט פארפאסט, האט דער גרויסע האמער געזאגט א פלאן אז מ'זאל אין מאנגאליע אויך מאכן אזא מקוה, דארט קאסט דאך אלעס ביליגער, און ווי אויך דארף מען נישט דוקא האבן א מקוה פון כק אדמור זיע, סאו וועט מען זיך דא באלד נעמען צו די ארבעט, א שאד נאר וואס מיר האבן דא נישט יאנאש'ן וואס ער זאל שטיין צו די רעכטע האנט.
 |
|
|