היות קיינער דא וויל נישט אז עס זאל חס ושלום געשעהן דא אין קרעטשמע קיין מכשולות (וד"ל) וועל איך איבערגעבען א קורצן באריכט איבערן לויה אין ק"י, און נאכער וועל איך פארשפארן דעם אשכול, ביז עס וועט פארקומען א קהל'ס מיטונג, אוקיי.
געהייסן האט אז די לויה וועט זיך אנהייבן 2:30 אינעם קרית מלך רב, שוין פון פון האלבער צוויי האט מען געקענט זעהן ווי די גאנצער עולם וואס איז נישט אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג, און די וועלכע האבן נישט געקענט זיין ביי די הוק אפ (וואס איך האב נאכגעהערט אז עס איז געווען זייער נישט מסודר) ווי אויך אלע געסט פון אויסלאנד (קאנאדע וכדומה) וואס האבן נישט געקענט מאכן די לויה אין שטאט, הייבן אן צו שטראמען צום בית המדרש הגדול אויף גארפיעלד, מערערע גאסן איבערן שטעטל זענען אפגעשפארט געווארן, ווי אויך האט מען אנגעזעהן גרויסע פאליציי כוחות איבער אלע גאסן אינעם שטעטל און אויסערן שטעטל.
צוביסלעך איז דער עולם אנגעהויבן אנצוקומען פון שטאט, (איך בין אנגעקומען בערך צוויי אזייגער) און צוויי דרייסיג האט מען זיך שוין אנגעהויבן פילן צושטיפט, אזוי איז דער עולם געשטאנען ערענסט און געווארט אז די מיטה פון כ"ק מרן רבינו זצוקללה"ה הכ"מ זאל אנקומען מען זאל קענען אפגעבן דעם לעצטן כבוד הראוי.
למעשה איז דער ארון אנגעקומען הערשט 3:20 בערך, א גרויס התעוררת האט איבערגענומען דעם גאנצן ביה"מ ווען ר' עזריאל האט אז אויסגערופן דעם מאנטריאלער רב זאל אנהייבן מיט דברי הספד, מען האט געקענט טאפן אין די לופט די נאנטשאפט וואס דער גאנצער ציבור האט געהאט מיטן רבי'ן זי"ע הכ"מ.
נאכן מאנטריאלער האבן מספיד געווען דריי סאטמארע דיינים, הרה"ג יח"מ פריעדמאן שליט"א (וויליאמסבורג), הרה"ג געציל בערקאוויטש שליט"א (ק"י), הרה"ג משה מנחם טירנויער שליט"א (מאנטריאל).
נאכדעם האט דער עולם מיט אראפ געלאזטע קעפ און פארטרערטע אויגן ארויסבאגלייט דעם ארון פון ביה"מ, די שיירה צובראכענע חסידים האבן ארויפגעוואקט מרדכי שעהר באלעווארד ביז סקאנענמאנק ראוד ארויף צום בית החים, ווי מען האט נישט אריינגעלאזט דעם ציבור, נאר משפחה.
דער עולם איז נאכגעבליבן שטיין דארט אינדעררויסן נישט קענענדיג זיך אפרייסן פונעם רבי'ן זי"ע הכ"מ, אבער צוביסלעך האט מען זיך געמוזט שטארקן און אהיים גיין מיט א צובראכענעם געמיט שכבר עלה השחר, אזוי האלב זעקס אינדערפרי איז דער עולם זיך צוגאנגען, מיט א תפילה לקל נורא עלילה, אז יהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ומחה השם דמעה מעל כל פנים, אמן.
נ.ב. איך בעט אנטשולדיגונג ביים עולם, איך ווייס אז עס זענען דא בעסערע שרייבער פון מיר וואס וואלטן געגעבן א בעסערן באריכט, אבער כדי עס זאל נישט ווערן קיין פראבלעמען, האב איך ברובירט מיין בעסט, איך האף אז דער ציבור וועט מיך פארשטיין.
 |
|
|