בית פורומים היימישע קרעטשמע

איך האב תשובה געטון

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/5/2006 16:24 לינק ישיר 
איך האב תשובה געטון

יא יא אזוי ווי איר הערט.

איך בין זיך מודה ומתודה, יענע וואך שבת און וויליאמסבורג, האב איך געהאט די זכיה זיך צו טרעפן מיטן (צוגעמאכטן) פענסטער, און גארנישט, איך האב אים פלעין באגריסט און זיך געגאנגן ווייטער.

דער אמת איז אז איך האב געהאט מיינע סיבות דערביי, קודם עס איז געווען עטוואס צו ליכטיג דארט, צווייטנס ווי איר אלע געדענקט מסתם איז געווען אביסעלע אנגעצויגענע מאמענטן צווישן יאנאש און פענסטער, און איך האב נישט געוויסט וואס זיין רעאקציע וועט זיין (נאך דאס פעלט מיר אויס, קולות צווישן אזא עולם), דריטענס האט ער געשמועסט מיט איינעם וועם איך קען, און יענער וואלט אים אוודאי געפרעגט וואס ער האט מיט איינעם וואס איז פיל עלטער פון אים.

אבער דאך האב איך זיך געפילט שולדיג, ס'טייטשט, דא טרעף איך דעם ערשטן מאל אן איינע פון דו חשובסטע מידגלידער פון די הנהלת הקרעטשמע, און איך שפאציר מיר ווייטער ווי ווען גארנישט האט פאסירט, עפעס רעספעקט מעג מען ווען ארויסווייזן.

מה עשה הכל יכול, נעכטן גיי איך מיר אזוי אויף די גאס פארטיפט אין די געדאנקן, און וועם טרעף איך אן, פענסטער בכבודו ובנפחו, טינקל איז געווען, גערעדט האט ער אויפן טעלעפאן אזוי אז יענער ווייסט נישט ווער איך בין, און איך ווייס נישט ווער יענער איז, יענער זעהט נישט ווי אלט איך בין, אזש עס קען זיך יענעם דאכטן אז איך בין גאר דעם זעלבן יארגאנג פונעם פענסטער, טא (וואטעווער איט מינס) וועט יענער דאך זיכער גארנישט פרעגן.

גיב איך אים א שטעל אפ, ווייזט ער מיר מיט פינגער אזוי צו זאגן איין מינוט לאמיך דא צוענדיגן, קודם האב איך געטראכט אז ער וויל מיך מדחק זיין, אבער איך האב באשלאסן יהיה איך שיהיה, איך וועל מער נישט מאכן אזאנע טעותים, איך בלייב דא, אז ער איז ברוגז זאל ער מיר דאס זאגן אין פרצוף אריין.

הער איך ווי ער זאגט יענעם אין טעלעפאן, ליסטן היר איך האב דא אנגעטראפן א נאנטן ידיד וועלמער רעדן א צווייט מאל זיי געזונט, חברה, איך מוז ענק זאגן איך האב יעמאלט געשפירט ממש א אינטש העכער, פענסטער אליינס הענגט אויף דעם טרייבל אויף איינעם וועגן מיר, וואוו וי חשוב מוז איך זיין און זיינע אויגן, דאס אליינס האט שוין געבראכן די אייז, און פון דא און ווייטער איז שוין אלעס אליין געפארן.

קודם לייג איך מיר אריין די האנט אין טאש אריין, שלעפ מיר ארויס א ציגארעטל, איך קוק מיר אזוי זייטיג וואס דער פענסטער טוט, זעה איך אז ער טוט די סעם טינק, האב איך אים געאפערט איינס פון מיינע, זאגט ער מיר אז ער רייכערט נישט פארליאמענט, שוין האט ער געמוזט ניצט די אייגענע, אנצוצינדן זיינס האב איך יא געהאט די זכיה, און האבען מיר זיך אריין געלאזט און א טיפן שמועס איבער אלס און אלעמען, אנהויבענדיג מיטן באליבטן קרעטשמע פארשטייט זיך, גראדע האבן מיר אפגעשמועסט פאראויס אז מען גייט נישט עובר זיין אויף תקנות הקרעטשמע, אזוי אז איך בין נישט געוואר געווארן קיין נייע נעמען, אבער עס האט נישט אויסגעמאכט, די שמועס האט זיך געגליטשט ווי אויף גלייכע וואסערן, כמעט וואס מיר האבן נישט געהאט קיין מיינונגס פארשידענהייטן, ממש נאר מינדערוויכטיגע, ווי דאס אז ער האט געמוזט טוישן זיין ניק צוליב מיין אומפארזיכטיקייט, וואס איך האב מיך שטארק אנטשולדיגט, ער האט זיך אביסל אפגערעדט אז עס איז זייער שווער אויפציבויען א פרישן רעפוטאציע מיט א נייעם פאס, אבער איך האב געהאלטן אז אויב שרייבט מען אסאך נעמט עס נישט לאנג.

פונעם קרעטשמע שמועס זענען מיר אריבער אביסל צום פריוואטן לעבן,וואס איך קען פארשטייט זיך, נישט איבערגעבן, אבער עס איז געווען פיל מיט תוכן, נאכער האבן מיר גערעדט פון די יונגערע יארן, וואס עס איז אביסל ענליך און געוויסע וועגן, דערנאך איז שוין שפעט געווארן, דער זייגער האט שוין געשלאגן כמעט א שעה שפעטער ווי מיר האבן זיך געטראפן, האבן מיר הארציג געזעגנט, געקלאפט אויפן ריקן, און געזאגט א גוטע נאכט.

בלייבט מיר נאר איבער צו זאגן, פענסטער, א אמת'ן יישר כח מעימקא דליבא פאר'ן מיר געבן דעם כבוד זיך צו באקענען פערזעהנליך מיט דיר, זאל דער פון אויבן דיר שענקן וואס דו ווינשט זיך נאר.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2006 17:42 לינק ישיר 

זיץ איך מיר דא איבערן פרישטאג, און טרערן פון פרייד גיסן זיך פון מיינע אויגן, א קלייניגקייט? די וועלט מלחמה אטמאספערע וואס האט געהויערט צווישן די קליינע שמאלע ווענט פון די קרעטשמע און האט באדראהט צו צושטערן אלעס וואס מען האט נאר ערווארבן און אויפגעבויעט אין די קרעטשמע די לעצטע פאר יאר, דאס אלעס איז פארשווינדן מיטן רויך פון צוויי ציגארעטן וועלכע זענען גערייכערט געווארן נעכטן אויפדערנאכט אין א שטיל געסל דורך צוויי חברים וועלכע האבן זיך צונויפגערעדט מיט א גרויס פריינדשאפט.

הלואי זאלן אלע וועלטס פראבלעמען און אינערליכע געראנגלען זיך אזוי שנעל און לייכט לייזן, דאן וואלטן מיר שוין אלע געזען דעם רויך פון די קטורת אויפן הר הבית בב"א.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > איך האב תשובה געטון
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext