| נשלח ב-3/5/2006 00:11 |
|
| |
איר קענט נאך ציילן ספירה מיט א ברכה?
איך נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 00:23 |
|
| |
איך קען נאך יא, טענקס אין פארט טו יו, טרי טיימס נאטונג.
און אויך א גרויסן יישר כח פאר קרעמער פארן אזוי געטריי עס אפדעטן, עס האט מיך שוין געראטעוועט דוכט זיך מיר 3 אדער 4 מאל.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 00:33 |
|
| |
יא
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 00:47 |
|
| |
איך דער דאיען און אלע זיינע משמשים ציילען נאך אלע טאג מיט א ברכה און ווי אויך מיט די לשם יחוד פאר דעם און דעם הרחמן און למנצח, אנא בכוח, רבוש"ע נאך דעם .
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 01:51 |
|
| |
אין ספר מרא דשמעתתא (פסקים פון הגה"צ ר' משה ארי' פריינד זצ"ל אב"ד ירושלים תובב"א) שטייט אז אפילו אויב מען פארגעסט איין טאג צו ציילן, מעג מען ווייטער ציילן מיט א ברכה.
פארלאזט אייך נישט אויף מיר, פרעגט אן אייער פריוואטע דיין וויאזוי איר זאלט זיך פירן הלכה למעשה.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 14:03 |
|
| |
יא ב"ה.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2006 23:12 |
|
| |
איך האב נעכטען געטרייט צי ציילען מיט א ברכה אין עס איז געגאנגען
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2006 23:45 |
|
| |
צו ( דעם וואס מיינט אז אלץ ) ווייס(ט ער)בעסער דו דערמאנסט מיר א געשעעניש , איינער איז אריין געקומען אין שול ארום צוויי אזייגער מיטן טלית אויפן פלייצע און שרייט אויס הויעך מיטן באקאנטען טאן ברכו נפשי , גייט איינער צו צו אים און זאגט אים אנטשולדיגט אבער מ'קען שוין נישט יעצט דאווענען ס'איז שוין נאך חצות , האט אים יענער געענטפערט , אזוי , דו ווילסט בעטען. BTW ( איך האף אז איך ווייס ווען מ'ניצט עס ) איך צייל נאך מיט א ברכה.
תוקן על ידי - איך_הער - 10/05/2006 0:39:31
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2006 05:43 |
|
| |
ווער האט נאך היינט געקענט ציילן מיט א ברכה?
תוקן על ידי - 3x0 - 01/06/2006 5:44:19
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2006 16:38 |
|
| |
אשרינו מה טוב חלקינו, אוי אשרינו מה טוב חלקינו.
עס זינגט זיך פון זיך אליינס, יאנאש דענקט נישט ווען עס איז געווען די לעצטע מאל וואס ער זאל קענען זאגן מיט א ברכה "היום תשעה וארבעים יום שהם שבעה שבועות לעומר".
אבער היי יאר איז גאר אן אנדערע מאנסע, יום ד' חוה"מ פסח דהאי שתא, האט דער אייבערשטער אריינגעשיקט א רוח טהרה צו איינע פון אונזערע חשוב'סטע קרעטשמע מידגלידער ה"ה "מוריני הרב שלשה פעמים כלום" ער זאל אריינשלעפן א טיש פון הויף, ארויף לייגן א גרויסן פלאקאט פונקט אינדערמיט וואס זעל זיך ליינען אט אזוי "היום.............לעומר".
איך קען זאגן בפה מלא, אויב נישט דיר (מיט קרעמער פארשטייט זיך) וואלט איך נישט געהאט די זכיה (וואס איך שוין נישט געהאט פאר לאנגע יארן) צו קענען מאכן א ברכה די לעצטע טאג.
יישר כח יישר כח
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2006 17:02 |
|
| |
דאס יאר, די ערשטע אין די לעצטע צען, האב איך אנגעצויגן היבש לאנג מיט א ברכה. ס'פלעגט זיין
ביי מיר אז אינימיטן חול המועד פסח האב איך שוין פארלוירן "טרעק" און אויפגעגעבן. היי יאר האב
איך געצויגן ביז ל"ג בעומר.
שלמה זלמן
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2006 18:32 |
|
| |
עס דערפרייט דאס הארץ צו זען אז מען האט עפעס אויפגעטאן מיט די געציילטע סעקונדעס וואס מען האט אוועקגעגעבן יעדן טאג אויפצושרייבן דעם טאגיגן ספירה אינעם ספעציעל געווידמעטן אשכול דא אין די קרעטשמע, בנוסף לזה האב איך אויך במשך אלע ספירה טעג ארויפגעשטעלט דעם ספירה פונעם טאג אויף מיין מעסעדזש באורד אין גוגעל-טאלק, איך גלייב אז דאס האט אויך אסאך אויסגעמאכט, און האט דערמאנט אלע מיינע חברים עטליכע מאל אין טאג צו ציילן ספירה.
שלמה זלמן;
איך האף אז קומענדיגע יאר וועסטו קענען ציילן דעם לעצטן נאכט אויך מיט א ברכה, מיר וועלן אנווענדן אלע כוחות דערצו...
|
|
|
|
|