| נשלח ב-3/5/2006 00:32 |
|
| |
שלא נהגו כבוד זה בזה
אלץ דאיען אין די קהלה הקדושה האביך געוואלט אויפטרעטן מיט אפאר דיבורים איבער די נושא וואס סיז געשטאנען אין די פלאקאטן אויף וואס איך וועל זיך באציען, דאס הייסט שלא נהגו כבוד זה בזה, די תלמידים די קדושי עליון די תלמידים פון רבי עקיבא, וואס מיר האבן נישט קיין מושג בכלל ווער זיי זענען געווען, און אוודאי נישט אין זייער גרויסקייט, זענען נפטר געווארן אין די צייט פון ספירת העומר, וועגן די איינציגע סיבה שלא נהגו כבוד זה בזה.
מורי ורבותי לא לדרשה קאתינא, (נאר צוליב וואס רעדסטו) שווייג שוין שטיל קרעמער האק נישט אריין, איך וויל דא נישט צייגן מיינע טאלאנטען אין רעדן, וואס איז שוין באוואוסט אין דער גארער וועלט, אז איך בין א פה מפיק מרגליות, וואס איז שוין נישט געווען א לאנגע צייט, יאך האב נאר געוואלט ארויסברענגן עטליכע נקודות, וואס איך האלט אז מ'דארף דאס דורכשמועסן, מיט די חכמי הקרעשטמע רבנן ותלמידיהון, וואטעווער איט מינס.
ווי באוואוסט האט דער כלל ישראל געליטן יענע וואך א גרויסע בראך בהלקח איינע פון די גרעסטע פון כלל ישראל אין אונזער דור, וואס ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט איך געזאגט א הספד בפני מטתו, פון עטליכע שעה, ארויסצוברענגן די אבידה וואס כלל ישראל האט פארלוירן, אבער היות איך בין נישט דער מענטש וואס זוכט כבוד און פרסום, על איך מרי באגענוגען אזוי ווי ס'איז, לענינו, באמת נאך אזא שבר, נאך אזא בראך וואלטן דאך אידן מאמינים בני מאמינים זיך געדארפט צוזאמנעמען און טראכטן, וואס טוען מיר מיט אונזער עתיד, מ'דארף אויפשטעלן א דור ערליכע אידן, וואס זאלן זיך פירן כדת משה וישראל, און נישט זיך אוועקרירן א קוצו של יוד, פון די הייליגע תורה, וואס מיר האבן מקבל געווען מסיני, אבער ליידער אנשטאט האט זיך דער שטן אריינגעשטעלט אינדערמיט, זה בכה וזה בכה, יעדער האט זיך זיינע דאגות, אודה ולא אבוש פון די ערשטע מינוט האב איך שוין געהאט אנגענומען א שטעלונג איבער די נושא, -נישט נוגע פאר קיינעם וואס- און איך האב ווי פילע אנדערע פארברענט שעות איבער שעות אין די אומאויסגעהאלטענע פארומ'ס וואס רעדן איבער די הייסע נושאים, און פארשטייט זיך צוגעזעהן די כבוד וואס שרייבער האבן צו אנדערע שרייבער, און בכלל צו אנדערע וואס האלטן אנדערש פון זיי, נישט שרייבער אויף היידפארק.
איין נאכט האב איך ווען איך האב געמאכט מיין חשבון הנפש געטראכט צו זיך, דאיען סאכדעס וואס גייט פאר מיט דיר, מיט וואס פארברענגסטו דיינע טעג און דיינע יארן, און יאך האב זיך בארעכנט, נאו מאר, גענדיגט איך האב מיט די גאנצע מאנסע גארנישט, נישט אויף היידפארק נישט אויף גוגל, נישט אין מקוה און נישט אין שוהל, איך דריי צוריק די זייגער מיט א וואך, און גענדיגט, כ'ווייס פון גארנישט, און ברוך השם, אסאך לשון הרע און רכילות איז מיר פארמיטן געווארן, אבער דער שטן שווייגט נישט, היינט קומט ער צו מיר און בעט זיך נו סיז שוין א וואך א דורך, איצט מעגסטו שוין קוקען פון די זייט, אלע מאן דאומרים'ס, און כאב אנגעהויבן צו קלעטערן, און דאנקן גאט, אז גלייך בין איך אנגעקומען צו א שמועס פון עטליכע וואס שרייבן אז זיי האבן אזוי לאנג געקלעטערט אין היידפארק, און האבן זיך בארעכנט זיך צו באזעצן אין איינע פון די שמוציגע פארומ'ס, מ'שטיינס געזאגט, אין ערגעץ קענען זיי זיך נישט ארויסגעבן אזוי ווי דא אין די פארום, קלער איך צו מיר, סיקען נישט זיין, אז זיי זענען אריבער די טיר פון די קרעטשמע, אמער וואלטן זיי דאך דא קובע מקום געווען, אבער איך האב זיך יעמאלט געכאפט, וואו איך בין פארקראכן געווארן, כ'האב געכאפט מיינע געפעק און געהויבן פיס און אנטלאפן געווארן.
אבער פון דא טוה איך אויסשרייען, געוואלד טייערע אידן, כאפט אייך ביים קאפ, זייט נזהר אין כבוד פון א חבר, צו וואס זאל מען נאכגעבן דעם בעל דבר אזויפיל ? שטייט ווייט פון די אלע מחלוקת, כמטחוי קשת, סייווי וואס איר האלט האלט איר סייווי, איז אלזא צו וואס פארברענען אזויפיל טייערע צייט אויף מחלוקת, זאל זיך יעדער ציווילער בירגער האלטן וואס ער האלט, און גאט וועט שוין אויספירן דאס זייניגע, סיז נישט אייער דאגה וואס יענער וועט זאגן, זייט אייך קובע מקום ביין אונז אין ביהמ"ד, לערנט דא, שמועסט דא, טרינקט דא אייער קאווע, גייט דא אין מקוה, קיינער קוקט נישט אויף אייער הוט צו סיהאט א קראך אדער נישט, קיינעם פאראינטערסירט נישט וואס אונטערן הוט אין אייער מוח פון וועמען איר האלט דארט, ביודעי ובמכירי קאמינא, דא איז דא פון אלע סארט, צו וואס פאר א סיבה זיך ארומהארגענען, אהן א ציהל?, גראדע האמיר פאר די היציגע בלוט אויך צוגעשטעלט א פייטינג עריע בדרכי נועם.
אלזא כ'האף אז מיינע ווערטער וועלן האבן דעם ריכטיגען אפקלאנג, און דאס וועט זיין אן אמתע עילוי פאר די נשמה פון דעם נפטר, און די טישן פון קרעטשמע זאל פול ווערן שנעל אין אונזער צייט, און בקרוב זאלן מיר זוכה זיין צו הערן דעם קול שופר פון משיח, אמן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 00:36 |
|
| |
A1
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 01:44 |
|
| |
לכבוד דעם חשוב'ן דיין וועל איך דא מעתיק זיין א דרשה וואס איך האב געהאלטן אין א דערנעבנדיגן פורום מיט א האלב יאר צוריק, ווען יענע פורום האט גע'רעש'ט און גערודערט מיט פאליטיק (ברוך השם אז היינט ציילט זיך עס צווישן די אבסאלוט נארמאלע פורומים אויף היידפארק, וואו מען גרייפט נישט אן קיין אידן ח"ו)
בעזהשי"ת, א' מרחשון, ה' נח, תשס"ו לפ"ק, פה חדשות אנ"ש היידפארק יצ"ו שלום וברכה לכל הגולשים היקרים, כל אחד בשמו הטוב יבורך וישתבח
אחרי דרך מבוא השלום. דא ווענדט זיך צי אייך א פשוט'ער איד, א פארק זיצער גלייך מיט אייך אלע, א איד וואס ליינט און שרייבט גאנץ אפט אויף "חדשות אנ"ש", א פארום וואס קען מיט רעכט אנגערופן ווערן: די היימישע נייעס-סטאנציע פון אלע סארט נייעס וואס זענען נוגע אונזערע (אידיש רעדנדע) קרייזן בכל מקומות מושבותיהם!
פונקט ווי א שיין פראצענט פון אייך, קען איך מעיד זיין אויף מיר אליין: איך באזוך דא אין פארום א שיינע פאר מאל א טאג, דרוק אראפ אויף כמעט יעדן אשכול, און ווען דער גרינער לעמפל שיינט און ווייזט אז עס איז דא עפעס פריש... האלט איך זיך נישט צוריק פון אראפדרוקן דערויף, טראצדעם וואס עס זענען נאכנישט פארביי געלאפן קיין גאנצע זעכציג סעקונדן פון ווען איך געענדיגט דורכליינען דעם גאנצן אשכול...
טאמער מיינט איר אז אונזער פארום ווערט געליינט נאר דורך מינדעריעריגע, בחורים און שנה ראשונה אינגעלייט וואס דער ארטיקל פון "צייט" איז ביי זיי א שפילעכל, און זיי ברויכן נישט אהיימקומען אראפלייגן ברויט אויפן טיש יעדן טאג; לעבט איר אין א דמיון! איר פאנטאזירט! ווייל: דער פארום ווערט אויך געליינט דורך מיטליעריגע אידן, אידן וואס פירן אן ריזיגע פארצווייגטע געשעפטן, ערנסטע אידן וואס זענען פאריאגט און פארפלאגט א גאנצן טאג נעמען זיך די מיה אדורכצוליינען די "גאר וויכטיגע" תגובות וואס מיר לייגן דא ארויף טאג טעגליך!
דער פארום איז באזירט אויף פארשידענע טעמעס. מען באהאנדעלט דא וועלטליכע נייעסן וואס קענען ווירקן אויף אידן לטובה אדער ח"ו פארקערט, נאציאנאלע נייעס וואס פאראינטערסירן דעם אידישן געמיינדע, לאקאלע נאטיצן וואס זענען וויכטיג צו וויסן, און סתם ענינים וואס דרייען זיך ארום אויף דעם גרויסן וועלט-ברייטן-געוועבעכץ וואס רופט זיך "אינטערנעט": דברים של מה בכך!
אין דעם פארום זענען איינגעשריבן פילצאליגע מעמבער'ס וואס האבן רעכט צו שרייבן. טייל מעמבער'ס באהאלטן זיך אונטער מערערע ניקס, טייל ניקס דינען פאר מערערע מענטשן. טייל פון די שרייבער האבן א באשטימטע זאך אין וואס זיי זענען עוסק (צום ביישפיל: שטאטישע וואלן, פייערס, עקסידענטס און איבערפאלן וואס קומען פאר אין אונזערע גלילות, וכדומה), אנדערע פרובירן אריינווארפן א דבר תורה, איבערשמועסן אן אקטועלע ענין וואס איז נוגע פאר א יום טוב, והדומה לדומה. דער עולם ליינט מיט פארגעניגן, און איז מגיב דארט וואו מען שפירט אז מען האט וואס מוסיף צו זיין. *:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />*:namespace prefix = o />
* *
ווען גאנץ חדשות אנ"ש וואלט באשטאנען פון די סארט נייעס און שמועסערייען, וואלט דאך אלעס גוט געווען! אידן וואלטן געלעבט רואיגער און צופרידענער, עס וואלט געווען ווייניגער מחלוקת און שנאת חנם ביי כלל ישראל, און מענטשן וואלטן זיך באנומען העפליכער איינער צום צווייטן, הכלל: עס וואלט געווען משיח'ס צייטן!
אבער דער שטן קען דאך דאס נישט צוקוקען, ווייל וויאזוי קען ער פארדייען אז אידעלעך לעבן באהבה אחוה שלום ורעות אן זיך ארומקריגן און רייסן ביי די קעפ? ויבוא גם השטן! ער האט זיך אן עצה געגעבן!
צייט און געלט האט ער דאך גענוג, ער איז דאך באשאפן געווארן מיט דעם ציהל אנצודרייען און אנווערטשאפן פראבלעמען און קריגערייען, האט ער זיך גענומען צו דער עבודה! ער האט אנגעדרייט עטליכע מחלוקת ביי אידן, אין יעדן קרייז איין צוויי מחלוקה'לעך, אזוי ארום צו מאכן זיכער אז "קיינער" לעבט נישט בשלום מיט זיין שכן... און "יעדער" קריגט זיך...
נו, אז מען קריגט זיך, קריגט מען זיך אין גאס, קריגט מען זיך אינדערהיים, און מען קריגט זיך אין בית המדרש. אבער דאס איז דאך נישט גענוג פארן שטן, ער איז נישט קיין מסתפק במועט... האט ער זיך געעפענט צענדליגער ניקס אויף היידפארק, וואס מיט די ניקס העצט ער אן הונדערטער טויזענטער אידן בכל קצוי תבל, און הייצט אן דעם פייער פון מחלוקת וואס ברענט און ברענט און מענטשן פאלן ווי די פליגן!!!
געוואלד אידן!!!
האבן מיר דען נישט בעסער וואס צו טאן, נאר זיצן און ליינען ווי פלוני שרייבט אויף אלמוני און אלמוני שיסט צוריק, זעהן ווי איינער שטעכט אריין דעם צווייטן מיט א מעסער נאר צוריקצובאקומען א שטעך מיט א שווערד??
ווי נידריג זענען מיר שוין געפאלן, אז עס איז א "נארמאלע" ערשיינונג אז מען קומט ארויף אין א העלן פרימארגן אויפן פארום און מען זעהט: דער געוויסער מענטש (און געווענליך שטייט א נאמען, וואס ברוב חסדי ה' האבן נאך די מנהלים אזויפיל אחריות אויסצומעקן נעמען פון מענטשן) האט דאס און דאס געטאן... מען פארשעמט יענעם, מען טוהט אים אויס נאקעט אין גאס, און אלעס פאר דעם איינעם חטא: זיין גורל איז אויסגעפאלן איינצושטיין אויף דעם אנדערן זייט פון ווי איך באלאנג!
טאמער מיינט איר אז עס ענדיגט זיך ביי דעם, עס בלייבט דא און רירט זיך נישט אוועק פון דעם אשכול אויף היידפארק... לעבט איר ווייטער אין אן אילוזיע. יעדע שטיקל נייעס – אמת און שקר צוגלייך – ווערט איבערגעקייט און איבערגעדראשן פון מויל צו אויער, פון מאן צו ווייב, פון שניר צו שוויגער, און פון מחותן צום זיידן אין אלטעס-היים, און... עולם-גולם קויפט אפ פאר גוט געלט אלעס וואס מיר פארקויפן דא!
ליגט דאך אויף אונז א געוואלדיגע אחריות, יעדער ברויך זייער אכט געבן וואס ער שרייבט און אויף וואספארא אופן ער ברענגט ארויס זיינע געדאנקן. בשעת'ן שרייבן זאל יעדער קלערן ביי זיך אויב ער איז גרייט צו נעמען אחריות אויף זיינע רייד, און אויף די רעזולטאטן וואס דאס וועט ברענגן צו גוטן אדער ח"ו צו בייזן.
לאמיר צוקומען צום פונקט:
איך רעד זיך נישט איין אז מיינע פאר שורות וועלן אויפטאן מער ווי די אלע דרשות וואס רבנים, דרשנים, מוכיחים, און ציווילע מענטשן שרייען און וויינען שוין זינט די סארט פלעצער האבן זיך געגרינדעט האט רחמנות אויף אייערע ווייב און קינדער, אויב נישט אויף זיך אליין זייט נישט מרבה מחלוקות בישראל!!!
אויך וויל איך זיך קלאר מאכן דא: מיינע ווערטער זענען בכלל נישט געצילט צו די יעניגע פארשוינען וואס ווערן באצאלט פון דעם אדער פון יענעם ארויסצוברענגן די גערעכטיגקייט פון זייער פארטיי און די אומרעכט פון די צד שכנגד ווייל איינער וואס זיין ציהל אין לעבן און זיין טאג'ס באשעפטיגונג באשטייט פון אנצינדן מחלוקת-פייערן און פארברענען מענטשן לעבעדיגערהייט; דער איז טויב און שטום און וועט קיינמאל נישט דערהערן אזעלכע ווערטער וואס ווערן ארויסגעזאגט מיט א קלארע שטומע אן קיין פערזענליכע אינטערעסן!!! זיי וועלן דא פארבלייבן און שרייבן דאס וואס דער שטן און זיינע שליחים באגערן ביז ווילאנג עס וועט נאך זיין איינער וואס וועט זיי אויסהערן און זיך וויסנדיג מאכן פון זייערע גיפטיגע רייד!!
נאר וואס דען?
איך רעד דא צו מענטשן / שרייבער אזוי ווי מיר, אנשים כערכי. זיי זיצן טאקע דא אויפן פארק, ליינען זיך אן מיט כל-ערליי פאליטיק און קריגערייען, אבער... וואלטן זיך מער געפריידט ווען זיי קענען ליינען אנדערע טעמעס, פאזיטיווע נייעס, און זייטיגע נאטיצן. זאכען וואס בארירן נישט קיין פריוואטע יחידים און באדערן נישט קיינעמ'ס געפילן.
עס איז נישט קיין סוד אז מיר זענען "די שטילע מאיאריטעט"! ווייל מען קען אפציילן אויף די פינגער די נעמען פון שרייבער וואס גלייכן אויסצומישן די האקעלע טעפ, זיי ווערן ממש בטל ברוב (אויב נישט בששים) צווישן די אנדערע נייטראלע גולשים און שרייבער וואס ליינען אפשר איבער אלע אשכולות, אבער באדן זיך נישט אין זייערע שמוץ, און רעדן נישט אריין דערין, פינטל.
מיין רוף גייט ארויס צו אט די יעניגע גולשים (און איך רעד אויך צו די אלע פארשלאפענע ניקס וואס צוליב איין סיבה אדער אן אנדערע שפירן זיי געווענליך נישט די נויט צו שרייבן דא): הייבט אויף אייער שטימע, זאגט ארויס אייער מחאה אויף דאס וואס גייט פאר דא אין פארק! זיצט נישט אין די זייט מיט פארלייגטע הענט, ווייל דאס מאכט זיי טראכטן אז מיר האבן שטארק הנאה און פאסמאקעווען זיך מיט זייערע ווילדע העצערישע קריגערייען, און דאס געט זיי א געוואלדיגע חיזוק און שטארקע סיפוק ווייטער אנצוגיין מיט זייערע מעשה שטן!!
לאמיר איינמאל פאר אלעמאל אויסשרייען פאר די מחלוקת פארשפרייטער דא: מיר איגנארירן אייך!!!
אויב מיר וועלן ארויסקומען מיט א פאראייניגטן כח, מיט א מעכטיגע ווידערשטאנד אקעגן די יעניגע בעלי מחלוקת, וועט זיי פארגיין די אפעטיט פון שרייבן זייערע העסליכע תגובות דא!!!
* *
פארשטייט מיר גוט. איך בין נישט קיין מלאך וואס איז העכער פון די סארט טעמעס, איך האב אפילו אפטמאל א צד אין געוויסע מיינונגס-פארשידנהייטן (עס קען אפילו זיין אז עס מערקט זיך אמאל אן צווישן די שורות פון מיינע תגובות, און איך בין טאקע מגלה דעת אז מיין כוונה איז נישט וויי צו טאן קיין שום אידיש קינד ח"ו, און איך נעם זיך פאר אכט צו געבן מהיום והלאה אויף ווי ווייט מעגליך נישט אריינצורעדן קיין ווארט אין די אלע מחלוקה אשכולות וואס מערן זיך ליידער ווי שוואמלעך נאך א רעגן), אבער ב"ה, געלויבט השי"ת וואס האט מיר חונן דעת געווען נישט צו זיין אריינגעמישט און "בתוך הדברים", און אלס אזא איינער קען איך רעדן ווי א כמו-דרויסנדיגער וואס בעט זיך צו אלע אומפארטייאישע, נייטראלע, ציווילע, רעכטדענקענדע גולשים: שרייבט אייך דא איין אין דעם "מאסן איגנארירונג" אשכול וואס וועט האפענטליך שיקן א ווייטגרייכנדן מעסעדזש פאר די פאן טרעגער פון אלע מחלוקת ביי כלל ישראל, אז: מיר זענען אפשר נישט אין קיין פאזיציע שלום צו מאכן אויף דער וועלט, אבער דערפאר ברויכן מיר נישט שטיין גלייכגילטיג און זיך צוקוקען ווי די מלחמה גייט אן מיטן פולן ברען און מענטשן פאלן ווי די פליגן, על כן וועלן מיר נוצן די איינציגע וואפן וואס איז אין אונזער באזיץ – אונזער פעדער – און ארויסברענגן אונזער אפשיי פון אייך!
והעושה שלום במרומיו, יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל ואמרו אמן!
קבל את האמת ממי שאמרו
זעירא דמן חבריא
בענעדיקט16
תוקן על ידי - בענעדיקט16 - 03/05/2006 1:49:26
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/5/2006 14:01 |
|
| |
ס'איז געפאלן א רינדל פאר פרייד יעצט.
זייער גוט געשריבן A100
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2006 02:23 |
|
| |
התאחדות,
א גרויסען שכח פאר די דברים היוצאים מן הלב, אזוי אז ס'איז געווען נכנסים אל הלב, ליידער בין איך געווען א חלק פון די פאליטיק שרייבער אין איינע פון די אנדערע פארום'ס, איך וויל שוין לאנג סטאפען כ'האב נאר נישט געהאט די שטופ דערצו און יעצט מיט דיינע ווערטער האב איך מיר געגעבן א טויש מיין ניק און פערטיג, גענדיקט מיט די פאליטיק, נאכאמאל א גרויסען שכח התאחדות.
|
|
|
|
|