א גרוס אייך פון אויבן
איצט אין די מינוטן ווען טאגליכט איז אויבן אין די הויכע ספערן אויף די וועג אהיים פון מאנגאליע, שששששששש....... קיינער האט נישט געוואוסט פון דעם סוד אז ער איז דארט געווען, איצט געט מען איהם דארט הייסע וואסער פאר א קאווע, וואס ער האט אין מאנגאליע כמעט נישט געקענט פארזוכן, וואו פארשטייט זיך האט דאס טאגליכט, -לויט די אנווייזונגען פון דעם דאיען- דאס נישט איבערגענומען פון די הענט פון די נישט מענערישע סטוארטס, וואס זענען באוואוסט מיט זייער פאלשע געמאכטע שמייכל, כאילו זיי טרעפן א חבר פון יארן צוריק, (ח'העט ווען געדארפט ווידמען א פולע אשכול איבער דעם אליינ'ס)
אלזא רבותי מיר גרייטן זיך פאר א מעכטיגע קבלת פנים אין לופטפעלד פון די קרעטשמע, וואס די טאגליכט איז שוין לאנג נישט געווען דארט.
|
|