איך האב לעצטנס נאכגעקוקט וועגן הלכות אפשערן אים ספירה
סקומט מיר אויס אז משעהרט נישט אפ ביז לג בעומר דאס איז פשוט
אבער אלעס אויסער דעם איז מיר אומקלאר
איך פארשטיי נישט פארוואס מטראגט נישט אין חדר תיכף ביי די דריי יאר אין אויך די אלע אנדערע מנהגים. איי מהאט נאכנישט אפגעשוירן? וואס האט איינס מיטן צווייטן? די גאנצע ענין צו ווארטן 3 יאר איז וועגן שלש שנים יהי' לכם ערלים אקעי יעצט אז סאיז ספירה שעהרט מען נישט אבער אלע אנדערע זאכן וואלט לכאורה געדארפט זיין די זעלבע ווי אלעמאל?