סתם זיך רייצן? לאמיר רעדן ביזנעס
זיצענדיג אינעם "הייליגן" מסורת הייד-פארק, ארומגענומען מיט הויכע מחיצות, על טהרת הקודש, עס זאל זיך נישט אריינכאפן קיין שום שלעכטן בליק פון יענע אנשי דלא מעלי די טריפה'נע גאס, רייכערנדיג דעם ציגערעטל וואס האט דעם סטיקער מיט פיצינגע אותיות "מיר באקוקן אליין די מעל, מיר זיפן אליין די אייער... בהשגחת וועד הרבנים שליט"א (וואטעווער איט מינס) רוה איך מיך אפ אינטערן שאטן, דאנקענדיג דעם רבונו של עולם פאר'ן שיקן דעם קילן ווינטעל ביז אינזער דארף, אה, נישטא די ווערטער, הודו לד' כי טוב
לויפן די מחשבות איבער די וואכעדיגע סדרה, איבער דער שיעור מיט מיין חברותא, איבער די מוסר דרשה וואס מיין פאסאנדזשיר האט מיר נעכטן געגעבן היתכן איך האלט מיין תפלין בייטעל אויף די זיץ אין קאר, א ירא שמים - זאגט מיין ליבליכער נערווירער - האלט דאס אין די האנט בשעת דרייווען, און ס'איז אפילו נישט קעגן דאס געזעץ בלא בלא בלא
אין אז מיינע מחשבות גייען, דערמאנט מען זיך אז דער "קרעדט קארד פעימענט" איז נאכנישט באצאלט, ס'ווארט נישט אויפן סטעמפ און אויך נישט אויף מיין ליבליכן נאסן לעק ער זאל זיך צוזאמקלעבן, ס'ווארט אויף א נישטיגן צעטל, מיט מיין חתימה אז איך בין מסכים אז DISCOVER - מיין ווייב'ס בעסטע פרענד, לא זזו ידה מתוך ידה, נישט קיין חילוק וועלכען פלאץ מכדור העולם מען געפינט זיך - דער אנטיסימיט, זאל ארויסשלעפן פונעם באנק אקאונט דעם סכום וואס ער האלט ס'קומט זיך אים.
קען אים נישט איינער מסביר זיין, אז ער - דיסקאווער - דארף זיך שפירן פאר א זכי' אז א דאנק אים האט מען געקענט איינקויפן אלע צרכי החג מיט א רואיגן קאפ.
זיצענדיג און טראכטענדיג אויפן שלימזל'דיגן ביל, וואס מיינט ער? ער מיינט אז ער איז משה-גרויס? דער איינציגער ביל וואס איך פארמאג? קען ער זיך נישט רעכענען מיט'ן ביטערן מציאות אז מיין לעדל פארמאגט שוין אפאר אזעלכע שמאטעס? רעכענט ער זיך טאקע נישט אז איך האב טעל. ביל'ס, שכר לימוד שטייער, און פילצאליגע עניי עירך בריוון, בנוסף צו איין בריוו וואס שוידערט אויף יעדן רעכטדענקעגיגן מענטש מיט א ריזיגן בילד ווי עס גליטשט אראפ א טרער אויפן גאנצן ברייט פונעם ענוועלאפ?
איך וויל ניטאמאל דערמאנען דעם "עלעקטריק ביל" וואס איז ווערט אים אראפצוזעצן אויבן אן אויפן "עלעקטריק טשעיר" צוליב זיין יאוואזשאנער איינפאל צו רעכענען די העכסטע.
נו, אין אזא פאל, הייבט מען אן צו שוויצן, ס'ווערט מיר קלאמבערע אויפן הארץ, עס ווערט הייסער און הייסער, איך נעם אפיר מיין ביבער / שטאפן / קראך-היטל (פארראכטן צוליב די תקנת הפורום...) פרובירנדיג עס צו פירן אהער און אהין.
אזוי פלוצלינג, לאמיר עס אנרופן השגחה פרטיות, לויפט מיר דורך ביי די לינקע זייט פונעם קרעטשמע דער וואסער טרעגער מיטן פעסל וואסער אויפן איקסל !! ער גייט אוועק, און א מינוט שפעטער איז ער ווידער דא, קוקט אויס ער האט אסאך קאסטומער'ס... איך נעם מיך ציצקען,,, צצצצצצצצ,,,,,,,, העלוי? קענסט מיר דא אראפלייגן איינס?
ער דרייט זיך צו מיר, געט א שמייכל, און ווערט נעלם כהרף עין
איז מיין שאלה געוואנדען צו דעם יעניגן: איך זעה דו לויפסט ארום, ווילסט מאכן א דאלער, פרעגן מיר דיר: סתם זיך רייצן? לאמיר רעדן ביזנעס, לייג אראפ דעם פעסל, לאמיר טועם זיין און זעהן וואסערע סחורה די פארמאגסט.
אוי בין איך דארשטריק
 |
|
|