| נשלח ב-15/5/2006 00:50 |
|
| |
בןהרחמן: יא דו טויגס'ט דיין פאסטן !!!
א שטעלע שלך נאה לך ואתה נאה לשטעלע שלך.
איך מוז דיר זאגן אז אזאן העפליכער "ברוך הבא "ווי דו האסט מיר דא צוגעשטעלט האב איך זיך נישט געראכטן.
הא ממש א מחי'ה.
ווי איך האב נאר אריין געטראטן מיין רעכטע פוס דא אין קרעטשמע גלייך האסטו צו געלאפן צו מיר מיט אגרויסן שמייכל אויס געשפרייט אויפןדיין גאנצן געזיכט מיר האפ געגעבן א ווארימע שלום עליכם, אזוי צוהאלטנ'דיג מיין רעכטע האנט מיט דיינע ביידע הענט (נישט פיהלנ'דיג האסטו שיהר נישט איין געבראכן מיינע פינגער...)האסטו מיר ארום גענומען און מיר פרעזענטליך באקאנט פאר יעדן איינעם . מיין הארץ איז דערפילט געווארן מיט פרייד ביז איבער די מאסן.
אזוי פאסט טעקע פאר איינער וואס טראגט אויף זיך דער פאסטן "מנהל משנה"
תודה רבה.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 02:00 |
|
| |
יעצט אז איר זענט שוין פיין ווארעם און איר האלט שוין נאך טעימה און לגימה, לאמיר אייך פרעגן א פראגע וואס נאגט אלע קרעטשמע מיטגלידער:
וואס טוט א איד, וואו דרייט ער זיך ווען ער איז עטליכע מאנאטן אפוועזענד פון די קרעטשמע? אפשר ווילט איר אונז מיטטיילן וואו אויף דער וועלט איר האט זיך געפונען אט די פאר מאנאטן וואס מיר האבן נישט געזען פאר די אויגן? פארוואס האט איר אונז קיינמאל נישט אריינגעווארפן קיין ווארט, איר ווייסט דאך אז מיר האבן שטארק געבענקט נאך אייך, האט איר אפשר נישט געהאט קיין צוטריט צום אלוועלטליכן אונטערנעץ? זענט איר פארנומען געווען מיט וויכטיגער'ס? (אויב בכלל שייך אזא זאך)
מיר באדאנקן זיך פון פאראויס פאר די ענטפערס וואס איר וועט אונז געבן, אויב מיר וועלן די זכיה האבן דערצו.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/5/2006 17:03 |
|
| |
ווייסט איר וואס - ר' גמזו - איך זעה דאך אז קיין תירוצים וועל איך פון אייך נישט אזוי שנעל באקומען, וויל איך מיט אייך מאכן אן אנדער געשעפט:
איר זענט פטור פון ענטפערן אויף די אויבערשטע 5 שאלות, בתנאי איר פארבלייבט אן אונזעריגער!!!
אוקייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייייי?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/5/2006 18:13 |
|
| |
נבדאי דארף קרעמער אליינס ענטפערן, זינט ער האט געוואוסט אז גמזי וועט נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 19:58 |
|
| |
גם זו
איך זעה דו אסט די ריכטיגע אידישע סימן א קשיא אויף א קשיא
|
|
|
|
|