ברוך השם
אסאך מאל מיינט מען אז מען האט א צרה, עס איז שווער פארן מענטשן, מען דערזעט ביים עק וועלט, אבער דערווייל איז עס ממש א קלייניגקייט (למשל יעצט בשעת'ן שרייבן די שורות, שפרינגט מיר די שטרעכעלע צוריק צום אנהייב בלעטל יעדע פאר סעקונדעס, אבער איך נעם זיך נישט צום הארצן, ווייל איך האב נארוואס מיטגעלעבט און געזען אז עס קען זיין ממש א שטות, און ס'לוינט זיך נישט צו ערגערן דערויף, ליינט ווייטער).
הכלל, ווי איך האב שוין געשריבן אין מיין נעכטיגן אשכול, האט זיך געמאכט אן ערנסטן פראבלעם אין מיין קאמפיוטער, איך וועל אייך דערציילן וואס עס האט פאסירט:
אינמיטן זעהן א קליפ וויאזוי די משטרה אין תל אביב צונעמט א ליידיגע זעקל וואס ליגט אויף א קארנער פון א געסל (די לינק איז געווען צוגעצייכנט אין "וואז-אי-נייעז" וועבסייט, ביי די קאמענטארן דארט, געשיקט דורך ליפא שנילצער..), דערזעה איך זיך אן א "אינסערשן פוינט", דאס מיינט אז דער מייזל פינקציאנירט נישט!
איך האב געקלערט אז מיטן אויסלעשן דעם קאמפיוטער וועט זיך אויסהיילן די בובו, סייווי איז שוין געווען פרייטאג נאך חצות, איך קלער נישט קיין סאך, געב א לעש אויס דעם כלי, און איך פארגעס פון די גאנצע פראבלעם.
א שעה צוויי שפעטער האב איך זיך דערמאנט עפעס (וויכטיג?) וואס איך ברויך ערלעדיגן אויפן קאמפיוטער, איך צינד צוריק אן דעם מאשין, ואיננו, דער מייזל איז נאך אלץ נישטא! דא ווער איך שוין אויס מענטש, מ'שטיינס געזאגט: אן א מייזל בין איך אויס קאפעלוטש מאכער, איך קען זיך נישט אויס מיט די אלע "שארט הענד" קונצליכע וועגן וויאזוי די פעסטע חברה לייט באגייען זיך אן קיין מייזל.
איינע פון די ערשטע עצות וואס קומען אויפן געדאנק איז : סיסטעם ריסטאר!
אבער רבונו של עולם, גיי מאך א סיסטעם ריסטאר אן א מייזל... אה, אויף די START איז דאך דא א BUTTON, דרוק איך דעם באטען, מיט די ARROWS בין איך אנגעקומען צום סיסטעם ריסטאר, און דארט האב איך שוין ב"ה געקענט זיך דורכקומען מיט די ענטער באטען.
די סיסטעם ריסטאר פארענדיגט זיך און לא דובים ולא יער, לא עכברים ולא טאטש-פעד, איך קען זיך נישט רירן דא, וואס טוט מען?
אין גרויס פארצווייפלונג רופט מען אן בן-הרחמן, ער זאגט אז איך זאל פרובירן מאכן א סיסטעם ריסטאר אויף א פריערדיגן טאג, אבער דא האבן שוין נישט געארבעט די ARROW קנעפלעך, האט ער מיר אויסגעלערנט וויאזוי מען באגייט זיך מיט TAB און פארשידענע אנדערע קנעפלעך, למעשה איז טאקע געלונגען צו מאכן א נייע סיסטעם ריסטאר, אבער די רעזולטאטן זענען געווען די זעלבע ווי ביים ערשטן סיסטעם ריסטאר: טויטע באנקעס.
מען נעמט ארויס די אנ"ש ביכל פון די קרעטשמע מיטגלידער, און מען רופט שנעל אן סושי123 וועלכער איז מפורסם און שמ'ט אין די וועלט אלס מומחה אין דעם געביט פון קאמפיוטערס, ער האט מיר געהאלפן אויספלאגן דעם DEVICE און דאס צוריק איינשטעלן, אבער ליידער ליידער איז דער פראבלעם נישט פאראכטן געווארן.
איך האב שוין געהאט אביסל א צושטערטן שבת, ווייל אויף מוצאי שבת האב איך זייער וויכטיג געברויכט עפעס ערלעדיגן תיכף נאכן זמן, און גיי פרוביר ארבעטן אויף א קאמפיוטער אן א מייז. האב איך ב"ה א שכן טוב וועלכער האט מיר פארבארגט א מייזל פארן זמן, און תיכף מוצאי שבת נאכן פארענדיגן די וויכטיגע דזשאב האב איך אים דאס אפגעגעבן.
דאן - מוצאי שבת - האב איך זיך א לאז געטאן צו די הויז פון מיינעם א באקאנטן, וועלכער האט אלץ איבריגע סחורה, ביי אים קענט איר קריגן מייזן ראטן, וואס אימער אייער הארץ באגערט...
ער האט מיר באווארפן מיט עטליכע מייזלעך, צווישן זיי האט זיך געפונען א מייז אן א וויידל (ווייערלעס), למעשה האט נאר איינס פון די אלע געארבעט, האב איך זיך טאקע באנוצט מיט יענע פון מוצאי ביז היינט אינדערפרי.
נעכטן האב איך אויפגעזוכט די פאפירן פונעם קאמפיוטער, איך מוז דאך וויסן אויב איך פארמאג א וואראנטי וכדומה, האב איך געזען אז ביז א יאר דעקן זיי אלע קאסטן. איך מוז אבער אויפווייזן פאר די קאמפאני אז איך האב טאקע געקויפט די כלי ווייניגער ווי א יאר צוריק, שוין, האב איך שוין נאך א דאגה מיט וואס צו זיין פארנומען זונטאג אויפדערנאכט (דיפלאמאט איז מיין עדות אז איך בין געווען באזארגט דערוועגן דעם גאנצן אויפדערנאכט).
יעצט אינדערפרי גארטל איך זיך אונטער מיט מוהט און קוראזש, א קלייניגקייט? איך גיי רעדן צום קאמפאני וואס האט פאבריצירט דעם קאמפיוטער, און איך ברויך ערלעדיגן אז זיי זאלן מיר גלייבן אז איך האב עס געקויפט דעם יאהר (איך האב נישט דעם רעסיפט, און נישט קיין אנדערע רעקארדס).
איך רוף אן די קאסטומער סערוויס. זיי לייגן מיר גלייך אויף האלד צו שיינע מוזיק (ביי זיי איז שוין מסתמא ל"ג בעומר). עטליכע אנגעצויגענע מינוטן גייען אדורך ווילאנג "SEAN" קומט צום טרייבל, מיר באגריסן זיך, איך זאג אים א חנופה'דיגע גוט מארגן, וויסנדיג אז איך ברויך צוקומען צו זיינע חסדים טובים היינט פארמיטאג.
ער נעמט מיין ערשטע נאמען (קאסמא) מיין לעצטע נאמען (קרעמער) מיין טעלעפאן נומער (...) און די סערוויס נומער פונעם קאמפיוטער (עס האט בערך זעקס הונדערט טויזענט נומערן, פרעג נישט פארוואס), און זאגט מיר מיט א רואיגקייט: יעצט זאג'זשע מיר וואס איז דיין פראבלעם?
איך זאג אים: די טאטש-פעד אויף מיין לעפטאפ ארבעט בכלל נישט!
ער זאגט מיר: האסט שוין פרובירט די אויטאמאטישע אויסלעש/אנצינד באטען פארן טאטש-פעד?
איך זאג: וואס איז דאס?
ער זאגט: אה, אויף די לינקע זייט אונטן איז דא א קנעפל FUNCTION (א בלויע קנעפל), דרוק דאס מיט F7.
איך פאלג זיינע אנווייזונגען, און וואונדער איבער וואונדער, דער מייז איז לעבעדיג געווארן פאר מיינע אויגן!!!
איך האב זיך גלייך געכאפט וואס די צרה איז געווען, אויף אנצינדן און אויסלעשן דעם SPEAKER מיינעם, דרוק איך FUNCTION און F8, זעהט אויס אז איך האב בטעות געדרוקט דעם F7 אנשטאט, און דאס האט פארשלאסן דעם טאטש-פעד מיט אלע אירע פונקציעס, און איך האב געמיינט אז עס איז צובראכן אויף טויט און אז איך וועל ברויכן צוריקשיקן דעם גאנצן כלי צו די קאמפאני און בלא בלא בלא.
ברוך השם אז עס איז פארראכטן געווארן דער פראבלעם מיט א קליינע קוועטש פון צוויי קנעפלעך, און איך בין אפגעקומען מיט שרעק און זארג.
לאמיר זיך מחזק זיין, וויסנדיג אז אפילו עפעס וואס קוקט אויס ווי א "עכטע" "גרויסע" צרה, קען אמאל זיין א נישטיגע מינדערוויכטיגע קלייניגקייט וואס מ'קען פארריכטן זיך אין א קיילעכיגע סעקונדע.
יעצט לאמיר זען וויאזוי מען פאריכט די נייע "צרה" אז די מייזל איז צו לויז, אפשר ברויך מען אים אביסל איינציען, אז ער זאל זיך נישט אראפדרוקן פון יעדע שארך.
 |
|
|