די טיטשער ווייסט בעסער
מיין מיידעל איז אהיים געקימען פין סקול, אין פארציילט מיר א מעשה, וואס איר טיטשער האט פארציילט. ר' עקיבא האט געהאט 4000 תלמידים אין 3996 זענען אויסגעשטארבען אין די ספירה טעג, ווייל זיי האבען נישט נוהג כבוד געווען, א חוץ 4 זענען געבליבען לעבען, אין זיי האבען ציריק געברענגט די תורה אויף דער וועלט, איינע פין די פיר, וואס זענען נישט געשטארבען ספירה, איז ר' שמעון בר יוחאי, וואס זיין יארצייט איז די 33'סטע טאג פין ספירה. נאך די ביטערע מעשה פין ר' עקיבא'ס תלמידים. האט ר' עקיבא געפסקנ'ט ואהבת לרעיך כמוך אין זי ברעכט אויס מיט א געזאנג וואס זאגט ר' עקיבא וואס זאגט ר' עקיבא זאלסט ליב האבען דיין חברטע וואו זיך אליין, איינס פאר מיר און איינס פאר דיר פאר יעדען לאמיר טיילען, אינזער גיטע מעשים וועט משיח זיך צי איילען
איך דארף גיין איך וועל בל''נ מארגען פארזעצען
|
|